לדלג לתוכן

פרידא וויזעל

פֿון װיקיפּעדיע
פרידא וויזעל
frieda vizel
געבורט פריידע ווערטהיימער 1985
קרית יואל
מדינה אמעריקע
וואוינארט ברוקלין
פאך בלאגער טורגייד

פרידא וויזעל איז אויפגעוואקסן אין קרית יואל זי איז א טאכטער פין מאיר ווערטהיימער זי איז א שרייבערן און בלאגער

זי איז אויפגעוואקסן אין א פרומע סאטמארער שטוב. און אנדערש ווי רוב וועלכע פארלאזן די חרדישע געמיינדע, לויט ווי זי זאגט איז זי געווען זייער צופרידן ביז... זי האט חתונה געהאט און באקומען צוטריט צו דער אינטערנעט. זי האט דאן אנגעהויבן צו בלאגן אויף ענגליש און זי האט אפט אפילו פארטיידיגט די סאטמארער געמיינדע פארן זיין אזוי עקסטרעם, אבער למעשה האט די אינטערנעט געהאט א השפעה אויף איר פירונג צב"ש זי האט זיך נישט געוואלט אפשערן די האר - א זאך וועלכע איז זייער אפגעפרעגט ביי סאטמארער, און זי איז געצוואונגען געווען צו פארלאזן די געמיינדע. און היינט לעבט זי פרייליך מיט איר קינד.

היינט בלאגט זי בעקר אויף יוטוב אויך איז זי א טורגייד פאר גוים וואס ווילן זען וויליאמסבורג