לדלג לתוכן

פרוי דזשעין גרעי

פֿון װיקיפּעדיע
פרוי דזשעין גרעי
Jane Grey
געבורט אקטאבער 1537
פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 12 פעברואר 1554 (אלט 16)
טורעם פון לאנדאן, פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ענגלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

פרוי דזשעין גרעי (Lady Jane Grey) (1536 אדער 1537 – 12טן פעברואר 1554), אויך באקאנט אלס פרוי דזשעין דאדלי נאך איר חתונה, און מיט'ן צונאמען די „מלכה פון ניין טעג”,

איז געווען אן ענגלישע אדליגע, וואס איז דעם 10טן יולי 1553 פראקלאמירט געווארן אלס מלכה פון ענגלאנד און אירלאנד, און האט געהערשט ביז זי איז אראפגענומען געווארן פון דעם טראן דורך דעם געהיימער ראט פון ענגלאנד. דער ראט האט דעם 19טן יולי פראקלאמירט איר קוזינע, מערי די ערשטע, אלס די נייע מלכה. דזשעין האט מען שפעטער אפגעהאקט דעם קאפ צוליב פארראט.

דזשעין איז געווען אן אוראייניקל פון הענרי דער זיבעטער, דורך זיין יונגסטער טאכטער, מערי טודאר. זי איז אויך געווען אן אורניצע פון הענרי דער אכטער, און א ערשטע קוזינע, איין דור אוועק, פון עדווארד דער זעקסטער, מערי די ערשטע און עליזאבעט די ערשטע. לויט דעם צוואה פון הענרי דעם אכטן איז דזשעין געווען צווישן די יורשים צום ענגלישן טראן, נאך אירע קוזינען. זי האט באקומען אן הומאניסטישע דערציאונג, און איז געווען באקאנט אלס איינע פון די געלערנטסטע יונגע פרויען פון איר צייט.

אין מאי 1553 האט זי חתונה געהאט מיט לארד גילפארד דאדלי, א יונגערן זון פון עדווארד דעם זעקסטערס הויפט מיניסטער, דזשאן דאדלי, דוק פון נארטהאמבערלאנד. אין יוני, ווען עדווארד דער זעקסטער איז שוין געווען קראנק, האט ער געשריבן א צוואה אין וועלכער ער האט באשטימט דזשעין און אירע זון יורשים אלס די קומענדיגע יורשים צום קרוין. איין סיבה דערצו איז געווען, אז זיין האלב שוועסטער מערי איז געווען קאטויליש, בעת דזשעין איז געווען א איבערצייגטע פראטעסטאנטקע און וואלט געשטיצט די רעפארמירטע קירכע פון ענגלאנד, וועמענ'ס יסודות עדווארד האט געלייגט. די צוואה האט ארויסגענומען ביידע זיינע האלב שוועסטער, מערי און עליזאבעט, פון דער ירושה־סדר, צוליב זייער אומלעגיטימער געבורט, און דערמיט אונטערגעגראבן זייערע לעגאלע רעכטן לויט דעם דריטן ירושה געזעץ. דורך דעם דוק פון נארטהאמבערלאנד זענען די פאטענט בריוו לטובת דזשעין אונטערגעשריבן געווארן דורך אלע מיטגלידער פונעם געהיימען ראט, בישאפן און אנדערע חשובע פערזענליכקייטן.

נאך עדווארד'ס טויט איז דזשעין דעם 10טן יולי 1553 פראקלאמירט געווארן אלס מלכה. זי האט געווארט אויף איר קרוינונג אין דעם טורעם פון לאנדאן. אבער די שטיצע פאר מערי איז שנעל געוואקסן, און רוב פון דזשעין'ס שטיצער האבן איר פארלאזט. דער געהיימער ראט האט מיטאמאל געטוישט זיין שטעלונג און דעם 19טן יולי פראקלאמירט מערי אלס מלכה, דערמיט אראפנעמענדיג דזשעין פונעם טראן. איר הויפט שטיצער, איר שווער, דער דוק פון נארטהאמבערלאנד, איז אנגעקלאגט געווארן אין פארראט און אויסגעפירט געווארן ווייניגער ווי א חודש שפעטער. דזשעין איז געהאלטן געווארן אלס געפאנגענע אינעם טורעם, און אין נאוועמבער 1553 איז זי אויך פאראורטיילט געווארן צוליב פארראט, א פארברעכן וואס האט געברענגט דעם טויט אורטייל.

מערי האט ערשטנס געשאנקען דזשעין איר לעבן, אבער שפעטער איז דזשעין פאררעכנט געווארן אלס א סכנה פארן קרוין, נאכדעם וואס איר פאטער, הענרי גריי, דוק פון סאפאלק, האט זיך פארמישט אין וואיאט'ס אויפשטאנד, קעגן מערי'ס פלאן צו חתונה האבן מיט פיליפ דער צווייטער פון שפאניע. דזשעין און איר מאן זענען ביידע דעם 12טן פעברואר 1554 געהרגעט געווארן דורך אפהאקן דעם קאפ אינעם טורעם פון לאנדאן. אין דער צייט פון איר אויספיר איז דזשעין געווען 16 אדער 17 יאר אלט.