פען נאמען
פען נאמען איז א פסעוודאנים וואס א שרייבער נוצט אנשטאט זיין עכטן נאמען ביים ארויסגעבן זיינע שריפטן.
שרייבער קענען נוצן א פען נאמען צוליב פארשידענע סיבות. אמאל וויל דער שרייבער פארהוילן זיין עכטע אידענטיטעט, און אמאל ווערט א פען נאמען גענוצט אלץ א ליטערארישער אדער פראקטישער שרייבער נאמען. א שרייבער קען אויך אויסקלייבן א פען נאמען כדי צו מאכן א גרינגער אדער מער באקאנטער נאמען, אדער כדי צו אונטערשיידן צווישן שריפטן אין פארשידענע זשאנערס.
אין געוויסע פעלער איז דער פען נאמען פארבונדן מיט דעם שרייבער'ס עכטן נאמען דורך ראשי תיבות, א גימטריא, אן איבערזעצונג אדער אפטייטש פון א ווארט, אדער דורך א נאמען וואס האט א פערזענליכע שייכות צום שרייבער. אין אנדערע פעלער איז דער פען נאמען אינגאנצן אנדערש פונעם עכטן נאמען.
למשל, שלום עליכם איז געווען דער פען נאמען פון שלום ראבינאוויטש, און מענדעלע מוכר ספרים איז געווען דער פען נאמען פון שלום יעקב אבראמאוויטש.
מחברים וואס שרייבן אין פארשידענע פעלדער אדער זשאנערס קענען נוצן פארשידענע פען נעמען. דער מאטעמאטיקער טשארלס לאטווידזש דאדזשסאן האט למשל געשריבן ראמאנען אונטערן פען נאמען לואיס קאראל. אויך הרב יעקב יוסף ריינמאן האט געשריבן היסטארישע מעשה ביכער אונטערן פען נאמען "אבנר גאלד".