פנחס ישעיה קארנבלי
רבי פנחס ישעיה קורנבלי ז"ל איז געבוירען אום ז' תמוז תרפ"ב אין טשעכסלאווקיי, צו זיין טאטע הרה"ח רבי נחום ז"ל און זיין מאמע מרת שפרה ע"ה. ער האט איבערגעלעבט די צווייטע וועלט מלחמה – ער האט ארויסגעגעבן דעם ביכל 'דער טאטע הייסט לויפן' פון זיינע שודערליכע איבערלעבענישן בשעת די מלחמה. דער ביכל, וואס איז קודם ארויסגעבן געווארען אויף יודיש, הפך לרב מכר ובעקבות הצלחתו תורגם לעברית.[1]
ער איז געווען פון די בעלזא חסידים און א חסיד פון האדמו"ר מהר"א מבעלזא זצ"ל, און פון די ערשטע איינווינער אין די מושב קוממיות. דורכאויס די יארן האט ער זיך אריבער געצויגען קיין אמעריקא, און דארטען האט ער געדינט אלס מעינטענעס מענעדזשער אין בית המדרש סאטמער ראדני אין וויליאמסבורג דורכאויס די יארן.
אין די לעצטע צענדליג יאר פון זיין לעבן איז ער אריבער איז ער אריבער וואוינען ביי זיין טאכטער אינדערהיים אין מאנסי, וואס דארטען איז ער ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין עבודת הקודש מיט מסירות נפש און איז געווען באקאנט און געשעצט ביי דעם גאנצען ציבור. ער האט איבער געלאזט נאך זיך א דור ישרים מבורך קינדער חסידי בעלזא און סאטמער און זיין איידעם הרב קלאר וואס איז א חסיד פון קהלת ויז'ניץ מאנסי. זיין ברודער הרב דב בערל קורנבלי איז פון די באקאנטע געשטאלטען אין בני ברק.
נאך 94 יאר פון דינען דעם באשעפער מיט מסירות נפש, און זייענדיג אנגעבינדען בלב ונפש צי זיינע רביס, איז הרב קורנבלי נפטר געווארען בשיבה טובה בעצם יום השבת•
זיין לוויה איז ארויסגעגאנגען מוצאי שבת פון מאנסי, און מען האט אים באערדיגט אין די נייע בית החיים אין קרית יואל מאנרו.
תהא נשמתו צרורה בצרור החיי
ם.[1]