לדלג לתוכן

פלג המנחה

פֿון װיקיפּעדיע

פלג המנחה איז דער אפטייטש האלב פון דער צייט וואס מען קען דאווענען מנחה. עס באציט זיך צו די צייט פון מנחה קטנה וואס ווערט צוטיילט אין צוויי אין די גענויע צייט אינדערמיט ווערט אנגערופן פלג המנחה.

עס איז דא מער ווי איין שיטה ווען דאס קומט אויס אין טאג.

עס איז נוגע פאר מערערע הלכות. צב״ש:

  • עס איז די מערסט חשובע צייט פאר תפלת מנחה.
  • פון דעמאלטס קען מען שוין צינדן די שבת ליכט און מקבל שבת זיין פרייטיג נאכמיטאג.
  • עס איז די פריעסטע צייט וואס מען קען דאווענען מעריב. אויב האט מען געדאוונט מנחה פאר דעם פלג.
  • עס איז די פריעסטע צייט וואס מען קען צינדן די מנורה חנוכה פאר די קומענדיגע נאכט.