פינגווין

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
Adeliepinguine-Landgang.jpg

דער פּינגװין איז אַ פֿױגל, װאָס קען שױן גאָר נישט פֿליען. װײל זײַנע פֿליגל זענען קורץ, באַדעקט מיט האַרטע שופּן און אָן פֿליג־פֿעדערן. זײַנע פֿיס זענען נאָר פֿון הינטן. דעריבער שטייט ער אױף דער ערד גאַנץ גראָד און שפּאַרט זיך דערבײַ אָן אױף זײַנע האַרטע עק־פֿעדערן. גײענדיק, מאַכט ער מיט די פֿליגל און פֿאַלט אָפֿט אַנידער. דערפֿאַר אָבער שװימט ער אױסגעצײכנט און די פֿליגלען דינען אים דעם זעלבן צוועק װי פֿליסן בײַ אַ פֿיש. ער פֿלעגט אין װאַסער. ער לעבט שטענדיק אין ים און גײט אַרױס נאָר צו בריִען זײַנע אײער אױפֿן ברעג. ער דערנערט זיך מיט פֿיש און פֿלאַנצן.

דער פּינגװין לעבט אין דעם דרום־טײל פֿון שטילן אָקעאַן און מאַכט זײַן נעסט אָן אַן "אײנזאַמער אינזל" װוּ רױב־שנאָבל־חיות קומען נישט אָן. דער פינגווין דערנערט זיך פֿון קליינע פּיש און ים שרצים.

פינגווינען לעבן נאר אינעם דרום האלבקיילעך פון דער וועלט: אנטארקטיקע, ניי זילאנד, דרום אויסטראליע, דרום אפריקע און דרום אמעריקע. דאס מערסטע צפון וואס זיי דערגרייכן איז די גאלאפאגאס אינזלען וואן דער קאלטער הומבאלט שטראם פליסט דערביי.