לדלג לתוכן

פיליפ פון בעלגיע

פֿון װיקיפּעדיע
פיליפ פון בעלגיע
Philippe de Belgique
געבורט 15 אפריל 1960 (אלט 66)
בעלגיע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה בעלגיע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

פיליפ לעאפאלד לואי מארי (געבוירן דעם 15טן אפריל 1960) איז דער קעניג פון די בעלגיער, און ער הערשט זינט דעם 21סטן יולי 2013.

ער איז דאס עלטסטע קינד פון קעניג אלבערט דער צווייטער פון בעלגיע און קעניגן פאולה. ער איז געווארן קעניג נאך וואס זיין פאטער האט אפגעטרעטן פונעם טראן דעם 21סטן יולי 2013, צוליב געזונטהייט סיבות. אין 1999 האט ער חתונה געהאט מיט מאטילדע ד'אודעקעם ד'אקוז, מיט וועמען ער האט פיר קינדער. זייער עלטסטע קינד, פרינצעסין עליזאבעט, הערצאגין פון בראבאנט, איז די ערשטע אין דער סדר הירושה צום טראן.

קעניגן פון בעלגיע

לעאפאלד דער ערשטער לעאפאלד דער צווייטער אלבערט דער ערשטער לעאפאלד דער דריטער באדעוויין אלבערט דער צווייטער פיליפ
1865 - 1831 1909 - 1865 1934 - 1909 1950 - 1934 1993 - 1950 1993 - 2013 2013 -