פארפרוירן (2013 פילם)

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Frozen Logo Black.svg

פֿאַרפֿרוירן (ענגליש: Frozen) איז אן אמעריקאנישער קאמפיוטער-אנימירטער פאנטאזיע-קאמעדיע מוזיקפילם פון 2013. ער איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני אנימאציע סטודיאס און באפרייט געווארן דורך וואלט דיזני פילמען. דער פילם איז אינספירירט געווען פון האנס קריסטיאן אנדערסענמעשה "די שניי-מלכה".

די געשיכטע איז וועגן א פּרינצעסין מיטן נאמען אַנאַ און איר שוועסטער עלזאַ, וואס ווערט די קעניגין פונעם אַרענדעל קעניגרייך. עס איז אויך דא א קאָמישער לעבעדיקער שניימענטש מיטן נאמען אָלאַף. אין דער פילם זינגט עלזאַ א ליד מיטן נאמען "לאז ארויס" (Let It Go), וואס איז שנעל געווארן זייער פאפולער. "פֿאַרפֿרוירן" איז באפרייט געווארן דעם 27סטן נאוועמבער 2013, מיט די שטימעס פון קריסטען בעל און אידינא מענזל.

"פֿאַרפֿרוירן" האט באקומען זייער גוטע באריכטן פון פילם קריטיקער. ער איז נאמינירט געווארן פאר דעם גאלדען גלאב פריז פארן בעסטער אנימירטער פילם אין פולער לענג.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אַנאַ און עלזאַ זענען צוויי שוועסטער-פּרינצעסין וואס וואוינען אין אַרענדעל. עלזאַ, וואס איז איצט די קעניגין פֿון אַרענדעל, פארמאגט די טאלאנט צו שאפן און ארבעטן מיט שניי און אייז, אבער זי פֿאַרלירט די קאנטראל איבער אירע כוחות און שטעלט די מענטשן פֿון אַרענדעל אין געפֿאַר. עלזאַ לויפֿט אוועק און בויט זיך אן אייז-פּאַלאַץ. דערווייַל גייט אַנאַ דורך די שניי און אייז צו ברענגען עלזאַ צוריק און פֿאַרריכטן וואס זי האט געטאן. אויף איר וועג טרעפט אַנאַ מיט קריסטאָף, א פֿרייַנדלעכער אייז-פֿאַרקויפֿער, און אָלאַף, א קאָמישער שניימענטש געשאפן דורך עלזאַ, וואס וויל זען דער זומער.

א פּרינץ מיטן נאמען האַנס וויל הייראַטן אַנאַ אבער זאָגט איר אז ער וויל הייראַטן זי נאר צו מאָרדן עלזאַ און באקומען איר קעניגלעכער סטאַטוס. ווען האַנס הייבט זיין שווערד איבער עלזאַ, אַנאַ פֿאַרהאַלט אים און ווערט פֿאַרפֿרוירן צוליב די קעלט. עלזאַ וויינט פון ליבע איבער אַנאַ, וואס טייעט זי און ברענגט איר לעבן צוריק. אָלאַף זעט אז אן אַקט פֿון אמתע ליבע איז וואס קען שמעלצן א פֿאַרפֿרוירענעם האַרץ. מיטן כוח פֿון ליבע, עלימינירט עלזאַ דער אייז-כישוף איבער אַרענדעל, און אָט קען אָלאַף זען דער זומער, מיט א שניי-כמאַרעלע וואס פֿאַרמיידט אים פֿון צעגיין זיך אינעם היץ.

שטימע אקטיארן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • קריסטען בעל אַלס פּרינצעסין אַנאַ
  • אידינאַ מענזל אַלס קעניגין עלזאַ
  • עוואַ בעלאַ אַלס יונגן עלזאַ
  • דזשאָש גאַד אַלס אָלאַף דער שניימענטש
  • דזשאָנאַטאַן גראָף אַלס קריסטאָף
  • אַלאַן טודיק אַלס הערצאָג פֿון וועסלטאָן
  • סאַנטינאָ פֿאָנטאַנאַ אַלס פּרינץ האַנס

לידער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • "פֿאַרפֿרוירענעם האַרץ"
  • "צי ווילסטו בויען אַ שניימענטש?"
  • "צום ערשטן מאָל אין שטענדיק"
  • "ליבע איז אַן אָפֿענע טיר"
  • "לאָז אַרויס"
  • "רעניפֿערן זענען בעסער ווי מענטשן"
  • "אין זומער"
  • "צום ערשטן מאָל אין שטענדיק" (צווייטע ווערסיע)
  • "פֿיקסער אַפּער"
  • "לאָז אַרויס" (ענד-קרעדיטן ווערסיע, געזונגען דורך דעמי לאָוואַטאָ)

המשך פילמען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

"פארפרוירענער פיבער" (2015)[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

"פֿאַרפֿרוירענער פֿיבער" (Frozen Fever) איז א קורצע פילם וואס קאנטינוירט די געשעענישן פֿון "פֿאַרפֿרוירן". ער איז באפרייט געווארן צוזאמען מיט די נייע ווערסיע פון "סינדערעלאַ" דעם 13טן מערץ 2015. אין די געשיכטע ליידט עלזאַ פֿון א פֿאַרקילונג, און זי שטרענגט זיך פּרובירן מאכן א סורפּריז פֿאַר אַנאַ'ס געבורסטאג. "פֿאַרפֿרוירנער פֿיבער" דויערט בערך אכט מינוט און האט איין נייע ליד וואס עלזאַ זינגט.

"אלאפ'ס פארפרוירענע אוואנטורע" (2017)[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

"אָלאַפֿ'ס פֿאַרפֿרוירענע אַוואַנטורע" (Olaf's Frozen Adventure) איז א קורצע פילם וואס איז באפרייט געווארן צוזאמען מיט דעם פולער לענג פילם "קאָקאָ" דעם 22סטן נאוועמבער 2017. ער איז שפעטער טראנסמיטירט געווען אויף ABC דעם 14טן דעצעמבער דאס זעלבע יאר. ער איז וועגן אָלאַף דער שניימענטש, וואס זוכט די בעסטע פֿאַמיליע טראַדיציעס פֿאַר אַנאַ און עלזאַ. ער דויערט בערך 21 מינוט און האט פֿיר נייע לידער.

"פארפרוירן II" ‏(2019)[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער פולער לענג המשך פילם "פֿאַרפֿרוירן II" איז באפרייט געווארן דעם 22סטן נאוועמבער 2019.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: פֿאַרפֿרוירן