פארנאגראפיע
פּאָרנאָגראַפֿיע (פון גריכיש: πόρνη , "פּראָסטיטוטקע" און γράφω, "שרייבן") באדייט פובליקאציעס וואס אנטהאלטן אויסגעלאסענע סצענעס פון פרויען אומגעקליידעט, אדער פארלעך פארטון אין געשלעכט, וועלכע רייצן אן דעם לייענער, און מאכן אים צוהיצט.
היסטאריע פון פּאָרנאָגראַפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
פּאָרנאָגראַפיע (אין קורצן ״פּאָרן״) איז שוין אלט ווי די וועלט. נאר אין די אמאליגע יארן האט מען געדארפט אויסמאָלן בילדער מיט די הענט, און דאס פארשפרייטן, וואס געווען אומלעגאל אין רוב מקומות איבער דער גארער וועלט.
אין די לעצטע 75 יאר איז פּאָרנאָגראַפֿיע דערקלערט געווארן לעגאל אין די פאראייניגטע שטאטן, דורך דעם מייסטער פאָּרן פובליציסט לערי פלינט, וועלכער איז דער ארויסגעבער פונעם האסטלער מאגאזין. וועלכער איז געווען דער פיאנער פון די תמונות תועבה אין די פאראייניגטע שטאטען.
לאנגע יארן האט פלינט געפירט שטרייטן מיט דער רעגירונג, ביז ווילאנג דער סופרים קאורט האט עס דערקלערט לעגאל אונטער די 1טע פראוויזיע פון דער קאנסטיטוטציע וואס גאראנטירט פרייהייט פון דרוק פאר אלע בירגער.
באגרעניצונג פון פּאָרנאָגראַפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
טראצדעם וואס מ'קען נישט אפהאלטן קיינעם פון דרוקן אדער פארשפרייצן פּאָרנאָגראַפֿיע, איז עס דאך גאר שטארק געצוימט דורך די פעדעראלע רעגירונג און דורך די סטעיטס, וועלכע שאפן אלץ מער באגרענעצונגען און שטראפען פאר די וואס פארלעצן די געזעצן.
- עס איז אומלעגאל צו פארקויפן פּאָרנאָגראַפֿיע פאר מינדעריעריגע (אונטער 18)
- עס איז אומלעגאל צו צייגען פּאָרנאָגראַפֿיע פאר מינדעריעריגע.
- עס איז אומלעגאל צו פובליצירן סיי וועלכער סעקסואלער אקט, פון א מינדעריעריגען.
מאדערנע פּאָרנאָגראַפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
אין די קאמפיוטער עפאכע האט די פּאָרנאָגראַפֿיע ביזנעס גאר שטארק בעניפיטירט דורך דעם אינטערנעט, וואס האט געמאכט פלאץ פאר מיליאנען פּאָרנאָגראַפֿיע פובליציסטן צו פארשפרייטן זייער ווארע. מיליאנען וועב-זייטלעך אנטהאלטן סעקסואלער מאטעריאל, וואס איז געצילט אריינצוכאפן וואס מער קליענטן וועלכע לאזן זיך קאסטן מאנאטליכע צאלונגען פאר די הייסע קוואליטעט וועלכע ווערן בליץ-שנעל געוויזן אויף דעם עקראן.
דאס צונויפבינדן פּאָרנאָגראַפֿיע מיט ווידעא, האט פיללייכנט אפגעצייכענט דעם קלימאקס פון די פּאָרנאָגראַפֿיע קליענטעל. וויין אין קעגענזאץ צו אויסגעלאסענע בילדער, וועלכע זענען נאך אלעם נישט מער ווי שטימע בילדער, וועלכע ווי ריאליסטיק אדער ראפאגראש זיי זאלן נאר נישט זיין, זענען זיי פארט שטימע סצענעס. די ווידעא פּאָרנאָגראַפֿיע זענען לעבעדיקע סעקסואלע געשלעכטן, וועמענס רעזולטאטן זענען דעריבער פיל מער ריאליסטיק.
לעגאליטעט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
פארנאגראפיע אין יידישקייט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
ביי די רעליגיעזע איז פּאָרנאָגראַפֿיע פארבאטן צו ליינען, וואכן און האלטן.
מערערע איסורים זענען פאראן פארוואס פּאָרנאָגראַפֿיע איז פארבאטן לויט די תורה.
- לא יהי' בך ערות דבר ושב מאחריך.
- עס פירט צו קישוי אבר, וואס איז דערנאך גורם הוצאת זרע לבטלה.
- עס רייצט אן דעם יצר הרע.
- עס גייט אריין אינעם איסור פון ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם.
- עס איז מטמא דעם מענטש, און מאכט אים זייער זינדיג.