לדלג לתוכן

פאראייניגטע שטאטן ארמיי

פֿון װיקיפּעדיע
אמעריקאנער ארמיי
United States Army
זיגל פון דער אמעריקאנער ארמיי

זיגל

פאן פון דער אמעריקאנער ארמיי

פאן

עמבלעם פון דער אמעריקאנער ארמיי

עמבלעם

גרינדונג דאטע: 14טן יוני 1775
לאנד: פאראייניגטע שטאטן
טיפ: לאנדפלאט
באלאנגט צו דעפארטמענט פון דעפענס
אונטער דעם דעפארטמענט פון דער ארמיי
הויפטקווארטיר: פענטאגאן
גרויס: בערך 452,000 אקטיווע זעלנער
ערשטע נאמען קאנטינענטאל ארמיי
ערשטע הויפט קאמאנדיר דזשארדזש וואשינגטאן
קאמאנדיר: דאנאלד טראמפ
מאטא: "This We'll Defend"

(דאס וועלן מיר פארטיידיגן)

מארש: "The Army Goes Rolling Along"
מאסקאט: אייזל (The Army Mule)
קערן ווערטן: "Loyalty, Duty, Respect, Selfless Service, Honor, Integrity, Personal Courage"
באשטאנדטיילן
  • ארמיי
  • פאראייניגטע שטאטן ארמיי רעזערוו
  • ארמיי נאציאנאלע גארד
וועבזייטל: army.mil

פאראייניגטע שטאטן ארמיי (ענגליש: United States Army), באקאנט אויך אלס יו עס ארמיי (U.S. Army), איז די לאנד מיליטערישע צווייג פון די פאראייניגטע שטאטן'ס באוואפנטע קראפטן און איז אונטער דער דעפארטמענט פון דער ארמיי וואס איז איינס פון די דריי מיליטערישע דעפארטמענטן אונטער'ן דעפארטמענט פון דעפענס. די ארמיי איז פאראנטווארטליך פאר לאנד מלחמה, באשיצונג פון די נאציאנאלע זיכערהייט, און דורכפירן מיליטערישע אפעראציעס איבער דער גאנצער וועלט. [1]

די היינטיגע פאראייניגטע שטאטן ארמיי שטאמט פון דער קאנטינענטאל ארמיי וואס איז געגרינדעט געווארן דורך דעם צווייטן קאנטינענטאל קאנגרעס דעם 14טן יוני 1775, נאך איידער די פאראייניגטע שטאטן האט אפיציעל דערקלערט איר זעלבסטשטענדיגקייט. איר ערשטע הויפט קאמאנדיר איז געווען דזשארדזש וואשינגטאן, וואס איז שפעטער געווארן דער ערשטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. [2]

פון אירע ערשטע טעג איז די ארמיי געווען מער ווי בלויז א קאמף קראפט. זי איז געווארן איינע פון די וויכטיגע נאציאנאלע אינסטיטוציעס וואס האבן געהאלפן אויפבויען די נייע רעפובליק, אנהאלטן די פעדעראלע אויטאריטעט, פארברייטערן די טעריטאריע, און אנטוויקלען וויסנשאפטלעכע, אינזשענירישע און מעדיצינישע פראיעקטן. דורכאויס איר לאנגע היסטאריע האט די ארמיי דורכגעמאכט א גרויסע אנטוויקלונג פון א קליינע רעוואלוציאנערישע קראפט ביז א מאדערנע גלאבאלע מיליטערישע אינסטיטוציע מיט מיליטערישע, טעכנישע, לאגיסטישע און בילדונגס איינריכטונגען. [3]

ארגאניזאציע און סטרוקטור

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די פאראייניגטע שטאטן ארמיי איז אונטער דער דעפארטמענט פון דער ארמיי (Department of the Army), וועלכער איז איז איינע פון די דריי הויפט מיליטערישע צווייגן אונטער'ן דעפארטמענט פון דעפענס, צוזאמען מיט דער נעיווי און דער עיר פארס. אלס א טייל פונעם ברייטערען נאציאנאלן זיכערהייט סיסטעם. [4]

די ארמיי באשטייט פון דריי הויפט באשטאנדטיילן:

  • אקטיווע ארמיי – די מיליטערישע קראפט וואס איז גלייך גרייט פאר אפעראציעס.
  • פאראייניגטע שטאטן ארמיי רעזערוו – א רעזערוו קראפט וואס שטיצט די אקטיווע ארמיי און ווערט ארויסגערופן ווען נויטיג.
  • ארמיי נאציאנאלע גארד – א קראפט וואס באלאנגט סיי צום פעדעראלן מיליטערישן סיסטעם און סיי צו די שטאטן, און ווערט גענוצט פאר נאציאנאלע און לאקאלע אויפגאבן. [5]

די היינטיגע ארמיי איז אויסגעשטעלט אין עטליכע סארטן קאמאנדס:

  • ארמיי קאמאנדס – גרויסע הויפט איינהייטן וואס פירן אפעראציעלע און שטיצנדע פונקציעס.
  • ארמיי סערוויס קאמפאנענט קאמאנדס – איינהייטן וואס רעפרעזענטירן די ארמיי אין פארשידענע גלאבאלע מיליטערישע געגנטן.
  • דירעקט באריכטנדע איינהייטן – ספעציאליזירטע ארגאניזאציעס וואס באריכטן דירעקט צום הויפט קווארטיר. [6]

צווישן די הויפט קאמאנדס און איינהייטן פון דער ארמיי געפינען זיך:

  • ארמיי מאטעריאל קאמאנד (AMC), פאראנטווארטליך פאר צושטעלן, פארזארגונג און טעכנישע שטיצע.
  • יו עס ארמיי סייבער קאמאנד (AR​CYBER), וואס באהאנדלט מיליטערישע סייבער אפעראציעס.
  • יו עס ארמיי טראנספארטאציע קאמאנד (ARTRANS), וואס שטעלט צו טראנספארט און באוועגונגס שטיצע.
  • ייו עס ארמיי צענטראל (USARCENT), וואס איז פאראנטווארטליך פאר ארמיי אפעראציעס אין געוויסע טיילן פונעם מיטל מזרח.
  • יו עס ארמיי אייראפע און אפריקע (USAREUR-AF), וואס פירט ארמיי פארבינדונגען און אפעראציעס אין אייראפע און אפריקע.
  • יו עס ארמיי פאציפיק (USARPAC), וואס באדינט דעם פאציפישן געגנט.
  • יו עס ארמיי ספעיס און מיסיל דעפענס קאמאנד (USASMDC).
  • יו עס ארמיי ספעציעלע אפעראציעס קאמאנד (USASOC). [7]

צווישן די דירעקט באריכטנדע איינהייטן געפינען זיך דער יו עס ארמיי קארפ פון אינזשענירן (USACE), ארמיי מעדיקאל קאמאנד (MEDCOM), מענטשן רעסורסן קאמאנד (HRC), אינטעלידזשענס און זיכערהייט קאמאנד (INSCOM), דער פאראייניגטער שטאטן מיליטערישער אקאדעמיע אין וועסט פוינט (USMA), און דער ארמיי טעסט און עוועלואציע קאמאנד (ATEC). [8]

די ווארצלען פון דער פאראייניגטער שטאטן ארמיי ליגן אין די מיליציעס פון די בריטישע קאלאניעס אין צפון אמעריקע. אין דער קאלאניאל תקופה האבן לאקאלע איינוואוינער זיך פארלאזט אויף בירגער פאר באשיצונג, וויבאלד בריטישע רעגולערע מיליטערישע איינהייטן זענען נישט געווען גענוג צו דעקן אלע גרעניצן און געגנטן. די מיליציעס האבן געדינט אלס דער יסוד פון דער שפעטערער קאנטינענטאל ארמיי. [9]

ווען די קאנפליקט צווישן די קאלאניעס און גרויסבריטאניע האט זיך פארערגערט, האט דער צווייטער קאנטינענטאל קאנגרעס באשלאסן דעם 14טן יוני 1775 צו שאפן א נאציאנאלע מיליטערישע קראפט, באקאנט אלס די קאנטינענטאל ארמיי. דער שריט האט באדייטעט אז די קאלאניעס האבן אנגעהויבן פארוואנדלען זייערע צעשפרייטע מיליציעס אין א געהעריגע מיליטערישע ארגאניזאציע וואס האט זיך געקענט אנטקעגנשטעלן די בריטישע רעגולערע ארמיי. [10]

דזשארדזש וואשינגטאן איז באשטימט געווארן אלס הויפט קאמאנדיר פון דער נייע קראפט. אונטער זיין פירערשאפט האט די ארמיי זיך געשטעלט קעגן שווערע פראבלעמען: עס האט געפעלט גענוג געווער, קליידער, עסנווארג, טרענירונג און אנדערע באדערפענישן. די ערשטע יארן זענען געווען באצייכנט מיט גרויסע שוועריקייטן, אבער דורכן ארגאניזירן די קראפט און אריינברענגען א מער פראפעסיאנעלע דיסציפלין האט זיך די ארמיי געשטארקט. [11]

א וויכטיגער טריט אין דער פארפעסיאנאליזירונג פון דער ארמיי איז געווען דער אנקומען פון באראן פרידריך פון שטויבן, א פרייסישער מיליטערישער עקספערט, וואס האט אין וועלי פארדזש איינגעפירט סטאנדארדיזירטע טרענירונגען, בעסערע באיאנעט באנוץ, און היגיענע רעגולאציעס. זיינע רעפארמען האבן געהאלפן פארוואנדלען די ארמיי פון א צוזאמענגעשטעלטע גרופע פון מיליציעס אין א מער דיסציפלינירטע מיליטערישע קראפט. [12]

אמעריקאנער רעוואלוציע (1775–1783)

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די ערשטע תקופה פון דער ארמיי איז געווען געצייכנט דורך דעם קאמף פאר אמעריקאנער זעלבסטשטענדיגקייט. די קאנטינענטאל ארמיי האט געדארפט זיך שטעלן קעגן דער בריטישער ארמיי, וועלכע איז געווען איינע פון די מערסט אנטוויקלטע מיליטערישע קראפטן אין דער וועלט אין יענע צייט.

אין די אנהייב יארן איז די ארמיי געווען שוואך אויסגעשטאט און האט זיך שטארק פארלאזט אויף מיליציעס. טראץ די שוועריקייטן האבן געוויסע זיגנדע קאמפן געהאלפן האלטן די רעוואלוציע ביים לעבן, אריינגערעכנט די זיגונגען ביי טרענטאן און פרינסטאן, די וויכטיגע טויש פונקט ביי סאראטאגא, און די טרענירונגס רעפארמען אין וואלי פארדזש. [13]

די מלחמה האט זיך געענדיגט מיט דער בריטישער אונטערגעבונג ביי יארקטאון אין 1781, וועלכע האט געברענגט צום ענדע פון די הויפט קאמפן. נאך דער מלחמה האט די ארמיי אויך געשפילט א ראלע אין באפעסטיגן דעם פרינציפ פון ציווילער קאנטראל איבער'ן מיליטער, באזונדערס ווען וואשינגטאן האט אפגעשטעלט דעם ניובורג קאנספיראציע און די אפיצירן האבן באשטעטיגט זייער געטריישאפט צו דעם קאנגרעס. [14]

די פריע רעפובליק און נאציאנאלע פארפעסטיגונג (1783–1815)

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך דער ענדע פון דער אמעריקאנער רעוואלוציע איז די קאנטינענטאל ארמיי מערסטנס אויפגעלאזט געווארן, לויט דער דימאלסדיגע אנגענומענער מיינונג אין דער נייער רעפובליק אז א גרויסע ארמיי קען זיין א סכנה פאר ציווילע פרייהייט. דער קאנסטיטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן האט אבער באשטעטיגט די רעכט פונעם פעדעראלן רעגירונג צו אויפשטעלן און אונטערהאלטן א מיליטערישע קראפט, בשעת די מיליטערישע אויטאריטעט איז געבליבן אונטער דער קאנטראל פון ציווילע באאמטע. [15]

די פריע ארמיי פון דער רעפובליק איז געווען קליין אין צאל, אבער זי האט געהאט א וויכטיגע ראלע אין אויפבויען פעדעראלע אויטאריטעט. איינע פון די ערשטע הויפט אויפגאבן איז געווען דער אונטערדרוקן פון דער וויסקי רעוואלט (Whiskey Rebellion) אין 1794, ווען פעדעראלע קרעפטן זענען ארויסגעשיקט געווארן צו ווייזן אז די נייע רעגירונג האט די מעגליכקייט דורכצופירן אירע געזעצן איבער'ן גאנצן לאנד. [16]

אין דער זעלבער צייט האט די ארמיי געשפילט א וויכטיגע ראלע אין דער אויסברייטונג פון אמעריקאנער וויסנשאפט, געאגראפיע און טעריטאריע. נאך דער לואיזיאנא אפקויף אין 1803 האט די ארמיי געשטיצט פארשונגען און מאפירונגען פון די נייע מערב געגנטן. די אויספארשער אונטער מעריוואדער לואיס און וויליאם קלארק, באקאנט אלס דער קארפ פון דיסקאווערי, האט צוגעשטעלט וויכטיגע אינפארמאציע איבער די מערב'דיגע טעריטאריעס און געהאלפן פארשטארקן די פעדעראלע אנוועזנהייט אין די געגנטן. [17]

די ארמיי האט אויך אנטיילגענומען אין קאמפאניעס קעגן פארשידענע אינדיאנער פעלקער און קאנפעדעראציעס, וואס זענען פארגעקומען אין פארבינדונג מיט דער פארברייטערונג פון אמעריקאנער באזעצונג. די קאמף פין געפאלענע טימבערס (Battle of Fallen Timbers) אין 1794 און די קאמף פון טיפעקאנאו אין 1811 האבן געהערט צו די וויכטיגע מיליטערישע אפעראציעס אין דער תקופה. [18]

דער קריג פון 1812 (1812–1815)

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער קריג פון 1812 קעגן גרויסבריטאניע האט געברענגט א נייע פאזע אין דער אנטוויקלונג פון דער פאראייניגטער שטאטן ארמיי. אין די ערשטע יארן פון דער מלחמה האט די ארמיי געליטן פון שוואכע ארגאניזאציע, אומגרייטע און אומערפארענע אפיצירן. אבער מיט'ן לויף פון דער מלחמה האט זי זיך בעסער ארגאניזירט און פארבעסערט אירע מיליטערישע פעאיגקייטן. [19]

די קאמף פון טשיפעווא, די באשיצונג פון פארט מעקענרי, און די זיג ביי ניו ארלינס האבן געהאלפן פארשטארקן דעם נאציאנאלן געפיל און די פאזיציע פון דער ארמיי אין דער אמעריקאנער געזעלשאפט. דער קריג האט אויך געוויזן אז די פאראייניגטע שטאטן האט געקענט אויפשטעלן א קראפט וואס איז פעאיג צו שטיין קעגן א גרויסע אייראפעישע מאכט. [20]

די תקופה נאך דעם קריג האט פארשטארקט די צוויי הויפט ראלעס פון דער ארמיי: זי איז געווען סיי א מיליטערישע קאמף קראפט און סיי א גרעניץ קראפט וואס האט געהאלפן באשיצן און פירן די מערב'דיגע געגנטן פונעם פארברייטערנדן לאנד. [21]

פארברייטערונג, אינזשעניריע און פראפעסיאנאליזירונג (1815–1860)

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין דער תקופה צווישן דעם קריג פון 1812 און דעם אמעריקאנער בירגערקריג האט די פאראייניגטע שטאטן ארמיי באקומען א ברייטערע ראלע אין דער אנטוויקלונג פון דער יונגער רעפובליק. אויסער אירע געווענליכע מיליטערישע אויפגאבן האט די ארמיי אויך געדינט אין גרעניץ באשיצונג, טעריטאריעלער פארוואלטונג, אויספארשונגען און דורכפירונג פון גרויסע אינזשענירישע פראיעקטן.

די פאראייניגטע שטאטן מיליטערישע אקאדעמיע אין וועסט פוינט איז געווארן איינע פון די וויכטיגסטע צענטערן פאר דער אויסבילדונג פון מיליטערישע אפיצירן און אינזשענירן. די אינזשענירן און אפיצירן וואס זענען ארויסגעקומען פון וועסט פוינט האבן געשפילט א באדייטנדע ראלע אין אנטוויקלען וועגן, קאנאלן, בריקן, באן ליניעס און אנדערע נאציאנאלע אויפבוי פראיעקטן. [22]

די ארמיי האט אין יענע תקופה אויך געהאט א שטארקע השפעה אויף פארשידענע וויסנשאפטלעכע פעלדער. אירע אפיצירן און ספעציאליסטן האבן אנטיילגענומען אין געאדעטישע ארבעט, מאפירונג פון טעריטאריעס, מעדיצינישע פארשונגען, וועטער אויספארשונג און דער אנטוויקלונג פון פארשידענע סטאנדארטן אין פראדוקציע און טעכניק. [23]

די מלחמה קעגן מעקסיקא אין די יארן 1846–1848 האט געשאפן א נייע דור פון אמעריקאנער מיליטערישע פירער. צווישן די אפיצירן וואס האבן באקומען דערפארונג אין די קאמפאניעס אין מעקסיקא זענען געווען פערזענליכקייטן וואס האבן שפעטער געשפילט א הויפט ראלע אין דער אמעריקאנער בירגערקריג. די מיליטערישע אפעראציעס אין מעקסיקא האבן צוגעשטעלט פאר דער ארמיי וויכטיגע ערפארונג אין פלאנירן און דורכפירן גרויסע קאמפאניעס. [24]


דער אמעריקאנער בירגערקריג און איבערבוי (1861–1877)

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען דער אמעריקאנער בירגערקריג האט אויסגעבראכן אין 1861, איז די רעגולערע ארמיי געווען צו קליין צו פירן אזא גרויסן קאנפליקט. דערפאר האט די פעדעראלע רעגירונג פארברייטערט די קראפט דורך א ברייטע מאביליזאציע פון פרייוויליגע זעלנער. אין דער צייט האט די ארמיי זיך פארגרעסערט ביז כמעט 500,000 זעלנער. [25]

די פאראייניגטע שטאטן ארמיי האט געשפילט א צענטראלע ראלע אין כמעט אלע הויפט אפעראציע געגנטן פון דער מלחמה. וויכטיגע קאמפאניעס און שלאכטן האבן אריינגענומען דעם קאמף פאר דער מיסיסיפי טאל, די באלאגערונג פון וויקסבורג, די שלאכט פון געטיסבורג, די קאמפן ביי טשאטאנוגע, די ווילדערנעס קאמפאניע, די באלאגערונג פון פעטערסבורג און גענעראל שערמאנ'ס מארש דורך דזשארדזשיע און די קאראליינעס. [26]

דער נצחון פון דער פאראייניגטער שטאטן ארמיי האט געברענגט צום ענדע פון דער קאנפעדעראציע און באפעסטיגט די פאראייניגונג פון דאס לאנד. נאך דער מלחמה האט די ארמיי באקומען נייע אויפגאבן אין דער תקופה פון רעקאנסטראקציע.

פון 1865 ביז 1877 האט די ארמיי פארוואלטעט געוויסע טיילן פונעם דרום, באשיצט די באפרייטע שקלאפן און געשטיצט די רעכטן פון אפריקאנער אמעריקאנער בירגער לויט די נייע געזעצן. זי האט אויך געשטיצט די ארבעט פון דער פרידמען'ס ביורא, וואס האט צוגעשטעלט הילף אין געביט פון בילדונג, שטיצע און געזעלשאפטליכע ארגאניזאציע פאר פריערדיגע שקלאפן און אנדערע באטראפענע באפעלקערונג גרופעס. [27]

די פעדעראלע מיליטערישע אנוועזנהייט אין דעם דרום האט אבער אויך ארויסגערופן שטארקע פאליטישע קעגנערשאפט. טייל מענטשן האבן עס געזען אלס נויטיגע באשיצונג פון די נייע בירגער רעכטן, בשעת אנדערע האבן עס באטראכט אלס א פארעם פון מיליטערישע באזעצונג. די דעבאטע איבער דער ראלע פון דער ארמיי אין רעקאנסטראקציע איז געבליבן א וויכטיגע היסטארישע מחלוקת. [28]

די גרעניץ תקופה און אינערליכע אויפגאבן (1877–1898)

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך דעם ענדע פון דער אויפבוי תקופה נאך דער בירגערקריג אין 1877 האט די פאראייניגטע שטאטן ארמיי אריינגעטרעטן אין א נייע תקופה, אין וועלכער אירע הויפט אויפגאבן זענען געווארן פארבונדן מיט די מערב'דיגע גרעניצן, פארשטארקן די פעדעראלע הערשאפט און פארוואלטן פארשידענע טעריטאריעלע געגנטן.

אין דער צווייטער העלפט פונעם 19טן יארהונדערט האבן זיך פארמערט די קאנפליקטן צווישן דער פעדעראלער רעגירונג און פארשידענע אינדיאנער פעלקער צוליב דער פארברייטערונג פון אמעריקאנער באזעצונג אין די מערב'דיגע געגנטן. די ארמיי האט אנטיילגענומען אין א רייע מיליטערישע קאמפאניעס קעגן אינדיאנער גרופעס און איז געווארן איינע פון די הויפט קראפטן אין דורכפירן די פעדעראלע פאליטיק איבער רעזערוואציעס און טעריטאריעלע קאנטראל.

די היסטארישע באשרייבונג פון דער תקופה ווערט באטראכט מיט פארשידענע בליקן. פון איין זייט האט די פעדעראלע רעגירונג באטראכט די ארמיי אלס א מיטל צו האלטן סדר, באשיצן באזעצער און דורכפירן אירע געזעצן. פון דער אנדערער זייט האבן די קאמפאניעס געפירט צו פארלוסט פון לאנד, פארטרייבונג און שווערע פאלגן פאר פילע אינדיאנער קהילות. [29]

אויסער מיליטערישע אפעראציעס האט די ארמיי ווייטער געשפילט א ראלע אין אויספארשונג, מאפירונג און פובליק פראיעקטן. מיליטערישע אינזשענירן האבן אנטיילגענומען אין אנטוויקלען אינפראסטרוקטור, אויסמעסטן טעריטאריעס און שטיצן וויסנשאפטלעכע פראיעקטן איבער'ן לאנד. [30]

אין 1878 איז דורכגעפירט געווארן דער פאסע קאמיטאטוס געזעץ (Posse Comitatus Act), וואס האט באגרעניצט די באנוץ פון פעדעראלע מיליטערישע קראפטן פאר געווענליכע אינערליכע געזעץ דורכפירונג. דער געזעץ האט אונטערגעשטראכן די אמעריקאנער טראדיציע פון אפטיילן צווישן מיליטערישע אויפגאבן און ציווילע פארוואלטונג. [31]

טראץ די באגרעניצונגען איז די ארמיי ווייטער גענוצט געווארן אין געוויסע גרויסע אינערליכע קריזיסן, אריינגערעכנט באן סטרייקס און ארבעטער אומרואיגקייטן. אין פילע פעלער האבן אבער סטעיט מיליציעס און דער נאציאנאלער גארד געטראגן די הויפט אחריות פאר אזעלכע אויפגאבן. [32]

דער שפאניש אמעריקאנער קריג און דער אויסברייטונג איבער'ן ים (1898–1902)

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער שפאניש אמעריקאנער קריג פון 1898 האט אנגעצייכנט א נייע תקופה אין דער געשיכטע פון דער פאראייניגטער שטאטן ארמיי. ביז יענע צייט איז די ארמיי בעיקר געווען באשעפטיגט מיט קאנטינענטאלע באשיצונג און גרעניץ אויפגאבן, אבער דער קריג האט געברענגט די ארמיי אריין אין גרויסע אויסלענדישע מיליטערישע אפעראציעס.

די ארמיי האט געקעמפט אין קיובא קעגן דער שפאנישער הערשאפט און שפעטער באקומען אויפגאבן אין די נייע אמעריקאנער קאנטראלירטע אדער באאיינפלוסטע טעריטאריעס, אריינגערעכנט פארטא ריקא, די פיליפינען און קיובא. די נייע ראלע האט געשטעלט פאר דער ארמיי פראבלעמען פון מיליטערישע אדמיניסטראציע, באזעצונג און קאנטער אויפשטענדישע קאמפאניעס. [33]

אין די פיליפינען האט די ארמיי געפירט לאנגע קאמפאניעס קעגן קעגנערישע גרופעס וואס האבן זיך אנטקעגנגעשטעלט אמעריקאנער קאנטראל. צוזאמען מיט מיליטערישע אפעראציעס האט זי אויך געשטיצט ציווילע פראגראמען, אריינגערעכנט אויפשטעלן שולעס, פארבעסערן טראנספארט און אנטוויקלען פובליק געזונטהייט פראיעקטן. [34]

די תקופה האט אויך געברענגט באדייטנדע פארשריט אין דעם געביט פון ארמיי מעדיצין. מיליטערישע דאקטוירים און פארשער האבן געשפילט א וויכטיגע ראלע אין פארשטיין און באקעמפן מחלות וואס ווערן פארשפרייט דורך מאסקיטן, ספעציעל געלע פיבער, און האבן פארבעסערט די סאניטארישע מעטאדן אין מיליטערישע לאגערן.[35]

די ארמיי אין דער 20סטער יארהונדערט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין דער 20סטער יארהונדערט איז די פאראייניגטע שטאטן ארמיי פארוואנדלט געווארן פון א קאנטינענטאלע קראפט אין א גלאבאלע מיליטערישע אינסטיטוציע. די צוויי וועלט מלחמות, דער קאלטער קריג און שפעטערע אינטערנאציאנאלע קאנפליקטן האבן פארמירט אירע סטרוקטורן, טרענירונגס סיסטעמען און מיליטערישע פעאיגקייטן.

די ארמיי האט אנגעהויבן א גרויסארטיגע פארברייטערונג ווען די פאראייניגטע שטאטן איז אריינגעטרעטן אין דער ערשטער וועלט מלחמה. מיליאנען אמעריקאנער זעלנער זענען מאביליזירט געווארן און געשיקט געווארן קיין אייראפע צו קעמפן צוזאמען מיט די אליאירטע קראפטן.

אין דער צווייטער וועלט מלחמה האט די ארמיי געשפילט א צענטראלע ראלע אין די קאמפן אין אייראפע און אין דעם פאציפישן געגנט. זי האט אנטיילגענומען אין גרויסע מיליטערישע אפעראציעס און איז געווארן איינע פון די גרעסטע מיליטערישע ארגאניזאציעס אויף דער וועלט.

נאך דער צווייטער וועלט מלחמה איז די ארמיי געווארן א הויפט טייל פון דער אמעריקאנער אנטווארט קעגן דער פארברייטערונג פון דער סאוועטישער השפעה דורכאויס דער קאלטער קריג. זי האט אונטערגעהאלטן גרויסע מיליטערישע קראפטן אין אייראפע און אזיע און האט געשפילט א וויכטיגע ראלע אין קאנפליקטן ווי דער קארעא קריג און דער וויעטנאם קריג.

די מאדערנע ארמיי און גלאבאלע אנוועזנהייט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין דער היינטיגער תקופה איז די פאראייניגטע שטאטן ארמיי א גרויסע מיליטערישע אינסטיטוציע, וואס פאראייניגט קאמף קראפטן, לאגיסטישע איינהייטן, טעכנאלאגישע סיסטעמען, אינטעלידזשענס, מעדיצינישע שטיצע און בילדונגס איינריכטונגען.

די ארמיי פירט אויס אירע אפעראציעס דורך אירע פארשידענע קאמאנדס אין צפון אמעריקע און אין פארשידענע טיילן פון דער וועלט. איר היינטיגע סטרוקטור ווייזט די פארוואנדלונג פון א טראדיציאנעלער לאנד ארמיי צו א מאדערנע מיליטערישע קראפט וואס דארף קענען אפערירן אין פיזישע, דיגיטאלע און טעכנאלאגישע געביטן. [36]

די היינטיגע ארמיי אנטוויקלט און נוצט פעאיגקייטן אין געביטן ווי סייבער זיכערהייט, ספעיס שטיצע, ספעציעלע אפעראציעס, שפיאנאזש, מאדערנע לאגיסטיק און פארגעשריטענע מיליטערישע אויסריסטונגען. [37]

די ראלע פון דער ארמיי אין דער נאציאנאלער אנטוויקלונג

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די פאראייניגטע שטאטן ארמיי האט דורכאויס איר היסטאריע געשפילט א ראלע וואס איז געווען מער ווי בלויז מיליטערישע באשיצונג. פון די ערשטע יארן פון דער רעפובליק ביז דער מאדערנער תקופה איז די ארמיי גענוצט געווארן אלס א מיטל צו פארשטארקן די פעדעראלע אויטאריטעט, אנטוויקלען נייע טעריטאריעס און שטיצן נאציאנאלע פראיעקטן.

אין דער פריע תקופה פון די פאראייניגטע שטאטן האט די ארמיי געהאלפן אראפשטעלן די אנוועזנהייט פון דער פעדעראלער רעגירונג אין ווייטע געגנטן. אירע איינהייטן האבן געבויט פעסטונגען, באשיצט גרעניצן, דורכגעפירט אויספארשונגען און צוגעשטעלט א פארבינדונג צווישן דער צענטראלער רעגירונג און די נייע אנטוויקלטע געגנטן פון לאנד.

א באזונדערע פעלד וואו די ארמיי האט געהאט א גרויסע השפעה איז געווען אינזשעניריע. דער יו עס ארמיי קארפ פון אינזשענירן האט געשפילט א וויכטיגע ראלע אין אנטוויקלען וואסערוועגן, בריקן, פארטס, פליט קאנטראל פראיעקטן און אנדערע אינפראסטרוקטור. די ארבעט האט געהאט א ווירקונג אויף דער עקאנאמישער און טעכנישער אנטוויקלונג פון די פאראייניגטע שטאטן. [38]

די ארמיי האט אויך געהאט א שטארקע פארבינדונג מיט בילדונג און פראפעסיאנעלע טרענירונג. די מיליטערישע אקאדעמיע אין וועסט פוינט איז געווארן א וויכטיגער צענטער פאר אויסבילדונג פון אינזשענירן, מיליטערישע פירער און רעגירונגס פערזענליכקייטן. פילע גרעפענערס און אינזשענירן וואס האבן געשפילט א ראלע אין דער אנטוויקלונג פון אמעריקע האבן באקומען זייערע יסודותדיקע טרענירונג דארט. [39]

די ארמיי און דער פרינציפ פון ציווילער קאנטראל

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

א הויפט יסוד אין דער געשיכטע פון דער פאראייניגטער שטאטן ארמיי איז דער פרינציפ אז די מיליטערישע קראפטן שטייען אונטער דער אויטאריטעט פון די ציווילע רעגירונג.

שוין נאך דער אמעריקאנער רעוואלוציע האט די ארמיי אונטערגעשטראכן דעם פרינציפ אז מיליטערישע פירער טארן נישט איבערנעמען פאליטישע מאכט פאר זיך אליין. איינע פון די וויכטיגסטע פריערדיגע ביישפילן איז געווען דער ניוובורג אינצידענט אין 1783, ווען טייל אפיצירן האבן זיך באקלאגט איבער זייערע אומבאצאלטע געהאלטן און האבן באטראכט א שטארקע קעגנשטעל קעגן דעם קאנגרעס.

דזשארדזש וואשינגטאן האט אבער אפגעווארפן אזא צוגאנג און געשטארקט דעם געדאנק אז די ארמיי דארף בלייבן געטריי צו דער ציווילער רעגירונג און אירע לעגאלע אויטאריטעטן. [40]

דער פרינציפ פון ציווילער קאנטראל איז געווארן איינע פון די הויפט יסודות אין דער אמעריקאנער מיליטערישער סיסטעם. דער פרעזידענט דינט אלס הויפט קאמאנדיר פון די באוואפנטע קראפטן, בשעת קאנגרעס האלט די אויטאריטעט איבער מיליטערישע פינאנצירונג און געזעצן.

די טראדיציע האט געהאלפן פארמיידן די אויפשטייג פון א מיליטערישע רעגירונג און האט באפעסטיגט די צוזאמענשטעל צווישן מיליטערישע דינסט און דעמאקראטישע אינסטיטוציעס. [41]

מעדיצין, וויסנשאפט און טעכנישע פארשריט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אויסער אירע קאמף אויפגאבן האט די פאראייניגטע שטאטן ארמיי געשפילט א וויכטיגע ראלע אין פארשידענע וויסנשאפטלעכע און מעדיצינישע פארשריט.

די ארמיי האט אנטוויקלט מעדיצינישע סיסטעמען פאר באהאנדלען זעלנער אין מלחמה צייטן, און אירע פארשער האבן אנטיילגענומען אין שטודיעס איבער אינפעקציעס, היגיענע און עפידעמיעס. באזונדערס אין דער תקופה פון דער שפאניש אמעריקאנער קריג זענען געמאכט געווארן גרויסע פארשריט אין פארשטיין די פארשפרייטונג פון געלבע פיבער און די ראלע פון מאסקיטן אין טראגן מחלות. [42]

די מיליטערישע אינזשעניריע האט אויך צוגעברענגט צו פארשריט אין מאפעס, סטאנדארטיזאציע און טעכנישע פראדוקציע. ארמיי אינסטיטוציעס האבן געהאלפן אנטוויקלען מעטאדן וואס זענען שפעטער גענוצט געווארן אין ברייטערע ציווילע אינדוסטריעס.

אין דער מאדערנער תקופה האט די ארמיי צוגעגעבן נייע פעלדער ווי סייבער טעכנאלאגיע, ספעיס פארבינדענע שטיצע, דיגיטאלע קאמוניקאציע און פארגעשריטענע אינטעלידזשענס סיסטעמען. די אנטוויקלונגען ווייזן ווי די ארמיי האט זיך צוגעפאסט צו נייע סארטן זיכערהייטס באדערפענישן. [43]

אינטערנאציאנאלע אנוועזנהייט און פארבינדונגען

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אלס א טייל פון די פאראייניגטע שטאטן'ס זיכערהייטס סיסטעם האלט די פאראייניגטע שטאטן ארמיי נאענטע פארבינדונגען מיט די מיליטערן פון פארבונדענע לענדער איבער דער וועלט. דורך אירע סערוויס קאמפאנענט קאמאנדס איז די ארמיי פארטרעטן אין פארשידענע טיילן פון דער וועלט, וואו זי ארבעט צוזאמען מיט פארבונדענע לענדער אין געמיינזאמע מיליטערישע אויפגאבן און זיכערהייטס פראגראמען.

די ארמיי פירט דורכאויס דעם יאר געמיינזאמע טרענירונגען, מיליטערישע מאנעוורן, אויסטויש פראגראמען און פארשידענע זיכערהייטס מיסיעס מיט די מיליטערן פון פארבונדענע לענדער. דער ציל פון די אקטיוויטעטן איז צו פארבעסערן די קאארדינאציע צווישן די פארשידענע מיליטערישע קראפטן, פארשטארקן זייערע פארטיידיגונגס פעאיגקייטן און האלטן א הויכע גרייטקייט פאר מעגליכע קריזיסן און מיליטערישע אפעראציעס.

אין פילע פעלער שטעלט די ארמיי אויך צו טרענירונג, מיליטערישע באראטונג און לאגיסטישע שטיצע פאר פארבונדענע לענדער. אזעלכע צוזאמענארבעטן זענען א וויכטיגער טייל פון דער פאראייניגטער שטאטן'ס זיכערהייטס פאליטיק און צילן צו פארשטערקערן די פארבינדונגען צווישן די פארשידענע מיליטערישע קראפטן און צו פארבעסערן זייער געמיינזאמע גרייטקייט פאר אינטערנאציאנאלע אפעראציעס.[44]

די פארשידענע קאנטינענטאלע און אויסלענדישע באזעס פון דער ארמיי דינען פאר טרענירונג, לאגיסטישע שטיצע און אפעראציעלע גרייטקייט. איר אנוועזנהייט אין אנדערע טיילן פון דער וועלט איז איינע פון די הויפט עלעמענטן אין דער אמעריקאנער מיליטערישער פאליטיק נאך דער צווייטער וועלט קריג.

בילדונג און אויסבילדונגס סיסטעם

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די פאראייניגטע שטאטן ארמיי פארמאגט א ברייטע סיסטעם פון אויסבילדונג און טרענירונג פאר זעלנער און אפיצירן. דער ציל פון דער סיסטעם איז צו צוגרייטן מיליטערישע פערזאנען פאר פארשידענע סארטן אויפגאבן, פון קאמף פירונג ביז טעכנישע און פירן רעלאציע פאזיציעס.

די פאראייניגטע שטאטן מיליטערישע אקאדעמיע אין וועסט פוינט איז איינע פון די מערסט באקאנטע אינסטיטוציעס פאר אויסבילדונג פון אפיצירן. די אקאדעמיע האט געשאפן פילע הויפט פירער אין דער ארמיי און אויך פערזאנען וואס האבן שפעטער געשפילט א ראלע אין אמעריקאנער געזעלשאפט, רעגירונג און וויסנשאפט. [45]

אויסער וועסט פוינט פארמאגט די ארמיי ספעציעלע שולעס און טרענירונגס צענטערן פאר פארשידענע געביטן, אריינגערעכנט ספעציעלע אפעראציעס, אינזשעניריע, מעדיצין, אינטעלידזשענס און טעכנאלאגיע.

די אויסבילדונגס סיסטעם רעפלעקטירט די ברייטערע פארוואנדלונג פון דער ארמיי פון א טראדיציאנעלער קאמף קראפט צו א מאדערנע אינסטיטוציע וואס פארלאנגט הויך שטאפליגע פראפעסיאנעלע קענטענישן. [46]

סימבאלן און טראדיציעס

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די פאראייניגטע שטאטן ארמיי פארמאגט א לאנגע רייע מיליטערישע טראדיציעס, סימבאלן און אפיציעלע צייכנס, וואס האבן זיך אנטוויקלט במשך פון איר מער ווי צוויי און א האלב הונדערט יאריגער געשיכטע.

אירע טראדיציעס ציען זיך צוריק ביז דער קאנטינענטאל ארמיי פון דער אמעריקאנער רעוואלוציע און זענען שפעטער ווייטער אנטוויקלט געווארן דורכאויס דער אמעריקאנער בירגערקריג, די צוויי וועלט מלחמות און די מאדערנע מיליטערישע אפעראציעס.

די ארמיי באנוצט פארשידענע פענער, עמבלעמען, אפיציעלע צייכנס און אנדערע סימבאלן צו באצייכענען אירע איינהייטן און זייערע מיליטערישע דערגרייכונגען. די טראדיציעס און סימבאלן העלפן אפהיטן די היסטארישע ירושה פון דער ארמיי און פארבינדן די היינטיגע זעלנער מיט די דורות וואס האבן געדינט אין אירע רייען. [47]

צוקונפטיגע אנטוויקלונגען און מאדערנע פארשונגען

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין דער היינטיגער תקופה שטעלט זיך די פאראייניגטע שטאטן ארמיי פאר נייע זיכערהייטס פראבלעמען וואס זענען אנדערש פון די טראדיציאנעלע מלחמות פון פאריגע דורות. די אנטוויקלונג פון נייע טעכנאלאגיעס, דיגיטאלע סיסטעמען און פארענדערטע אינטערנאציאנאלע באדינגונגען האבן געברענגט אז די ארמיי זאל ווייטער פארבעסערן אירע סטרוקטורן, טרענירונג און מיליטערישע פעאיגקייטן.

א הויפט ציל פון דער מאדערנער ארמיי איז צו האלטן א קראפט וואס קען רעאגירן צו פארשידענע סארטן זיכערהייטס סיטואציעס. דאס נעמט אריין גרויסע ערד קאמפן, באשיצונג פון מיליטערישע און ציווילע סיסטעמען קעגן דיגיטאלע אנפאלן, שטיצע פאר בונדעסטאטן און שנעלע אנטווארט אויף אינטערנאציאנאלע קריזיסן. [48]

די ארמיי אינוועסטירט אין פארשונג און אנטוויקלונג פון נייע אויסריסטונגען, אריינגערעכנט פארבעסערטע טראנספארט סיסטעמען, אינפארמאציע טעכנאלאגיע, אומבאמאנטע סיסטעמען און נייע מעטאדן פון קאמף פארוואלטונג.

די ציל פון אזעלכע אנטוויקלונגען איז צו פארזיכערן אז די ארמיי קען האלטן א טעקנישע און אפעראציעלע אויבערהאנט אין א וועלט וואס ווערט מער קאמפלעקס און פארבונדן. [49]

די ארמיי'ס פלאץ אין דער אמעריקאנער געזעלשאפט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די פאראייניגטע שטאטן ארמיי פארנעמט א באזונדער פלאץ אין דער אמעריקאנער געזעלשאפט. דורכאויס איר געשיכטע זענען מיליאנען מענטשן אריבער דורך אירע רייען, און די ארמיי האט געהאט א השפעה אויף בילדונג, טעכנאלאגיע, געזעלשאפט און נאציאנאלן געדענקען.

די דינסט אין דער ארמיי איז פאר פילע אמעריקאנער געווען א וועג פון פובליק דינסט און נאציאנאלע פאראנטווארטליכקייט. דער מיליטערישער דינסט האט אויך געשפילט א ראלע אין פארשידענע געזעלשאפטליכע טוישונגען, אריינגערעכנט די ארייננעמען פון פארשידענע באפעלקערונג גרופעס אין די באוואפנטע קראפטן.

אין דער היסטאריע פון דער ארמיי זענען פארגעקומען וויכטיגע ענדערונגען אין דעם צוזאמענשטעל פון אירע רייען. די אינסטיטוציע האט זיך צוגעפאסט צו געזעלשאפטליכע און פאליטישע טוישונגען אין דער פאראייניגטער שטאטן און האט פארשידענע תקופות געשפילט א ראלע אין ברייטער נאציאנאלער דעבאטע איבער מלחמה און שלום. [50]

באציאונג צווישן ארמיי און פאליטיק

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין דער אמעריקאנער סיסטעם איז די ארמיי אונטערגעשטעלט צו די ציווילע רעגירונג און פארמאגט נישט קיין זעלבסטשטענדיגע פאליטישע אויטאריטעט. די באציאונג צווישן מיליטער און פאליטיק ווערט באזירט אויפן פרינציפ אז מיליטערישע קראפטן פירן אויס די באשלוסן פון די לעגאל אויסגעוועלטע רעגירונג.

די היסטאריע פון דער ארמיי ווייזט אז אירע מיליטערישע פירער האבן בדרך כלל אנערקענט די גרענעצן צווישן מיליטערישע אחריות און פאליטישע באשלוסן. דער פרינציפ איז געווארן איינע פון די הויפט יסודות אין דער אמעריקאנער מיליטערישער טראדיציע. [51]

פינאנצירונג און אדמיניסטראציע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די פאראייניגטע שטאטן ארמיי ווערט פינאנצירט דורך דעם קאנגרעס פון די פאראייניגטע שטאטן און ווערט אדמיניסטרירט דורך דעם דעפארטמענט פון דער ארמיי אונטער'ן דעפארטמענט פון דעפענס.

איר גרויסע סטרוקטור פארלאנגט א ברייטע אדמיניסטראציע וואס נעמט אריין באשטעלונג און אויפהאלטונג פון מיליטערישע עקוויפמענט, טרענירונג פון זעלנער, פערזאנאל פארוואלטונג, פארשונג און אנטוויקלונג.

די קאמפלעקסיטעט פון דער ארמיי שטאמט פון דעם פאקט אז זי דארף פאראייניגן מיליטערישע קאמף פעאיגקייטן מיט טויזנטער שטיצנדע פונקציעס, פון לאגיסטיק און מעדיצין ביז טעכנאלאגיע און בילדונג. [52]

הויפט ארגאניזאציעס און איינהייטן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די היינטיגע פאראייניגטע שטאטן ארמיי באשטייט פון א גרויסער צאל הויפט ארגאניזאציעס וואס באדינען פארשידענע מיליטערישע און שטיצנדע צוועקן.

צווישן די הויפט איינהייטן זענען:

  • ארמיי מאטעריאל קאמאנד – פארזארגונג, לאגיסטיק און פארוואלטונג פון מיליטערישע מאטעריאל.
  • ארמיי ספעציעלע אפעראציעס קאמאנד – פירט ספעציעלע מיליטערישע מיסיעס.
  • ארמיי סייבער קאמאנד – פארטיידיגונג און אפעראציעס אין סייבער געביט.
  • ארמיי ספעיס און מיסיל דעפענס קאמאנד – באהאנדלט ספעיס און מיסיל פארבינדענע זיכערהייט.
  • יו עס ארמיי אייראפע און אפריקע – שטיצט אמעריקאנער מיליטערישע אינטערעסן אין אייראפע און אפריקע.
  • יו עס ארמיי פאציפיק – פאראנטווארטליך פאר די פאציפישע געגנט.
  • יו עס ארמיי קארפ פון אינזשענירן – פירט גרויסע אינזשענירישע און אינפראסטרוקטור פראיעקטן.
  • ארמיי מעדיקאל קאמאנד – שטעלט צו מעדיצינישע סערוויסעס.
  • מענטשן רעסורסן קאמאנד – פארוואלטונג פון ארמיי פערזאנאל.
  • אינטעלידזשענס און זיכערהייט קאמאנד – פארזארגט אינפארמאציע און זיכערהייטס אנאליז.
  • פאראייניגטע שטאטן מיליטערישע אקאדעמיע אין וועסט פוינט – בילדונג און אויסבילדונג פון צוקונפטיגע אפיצירן.
  • ארמיי טעסט און עוועלואציע קאמאנד – טעסטירט און באטראכט נייע סיסטעמען און עקוויפמענט. [53]

די פארשידענע איינהייטן ווייזן די ברייטקייט פון דער מאדערנער ארמיי, וואס באשטייט נישט בלויז פון קאמף זעלנער, נאר אויך פון אינזשענירן, דאקטוירים, טעכניקער, אנאליסטן און פילע אנדערע פראפעסיאנעלע פעלדער.

אפיציעלע וועבסייט

דעפארטמענט פון דעפענס

פאראייניגטע שטאטן נעיווי

פאראייניגטע שטאטן עיר פארס

פאראייניגטע שטאטן מארינען קארפ

פאראייניגטע שטאטן ספעיס פארס

פאראייניגטע שטאטן נאציאנאלע גארד

רעפערענצן

  1. https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Army
  2. https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Army
  3. https://www.britannica.com/topic/The-United-States-Army
  4. https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Army
  5. https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Army
  6. https://en.wikipedia.org/wiki/Structure_of_the_United_States_Army
  7. https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Army
  8. https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Army
  9. https://www.britannica.com/topic/The-United-States-Army
  10. https://history.army.mil/Portals/143/Images/Birthday/cmhPub_70-71-1.pdf
  11. https://www.britannica.com/topic/The-United-States-Army
  12. https://www.britannica.com/topic/The-United-States-Army
  13. https://www.britannica.com/topic/The-United-States-Army
  14. https://www.britannica.com/topic/The-United-States-Army
  15. https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Army
  16. https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Army
  17. https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Army
  18. https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Army
  19. https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Army
  20. https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Army
  21. https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Army
  22. https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Army
  23. https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Army
  24. https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Army
  25. https://www.britannica.com/topic/The-United-States-Army
  26. https://www.britannica.com/topic/The-United-States-Army
  27. https://www.britannica.com/topic/The-United-States-Army
  28. https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Army
  29. https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Army
  30. https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Army
  31. https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Army
  32. https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Army
  33. https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Army
  34. https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Army
  35. https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Army
  36. https://www.britannica.com/topic/The-United-States-Army
  37. https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Army
  38. https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Army
  39. https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Army
  40. https://www.britannica.com/topic/The-United-States-Army
  41. https://www.britannica.com/topic/The-United-States-Army
  42. https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Army
  43. https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Army
  44. https://www.army.mil/organization/
  45. https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Military_Academy
  46. https://www.army.mil/organization/
  47. https://www.army.mil/organization/
  48. https://www.army.mil/organization/
  49. https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Army
  50. https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Army
  51. https://www.britannica.com/topic/The-United-States-Army
  52. https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Army
  53. https://www.army.mil/organization/

ס'אפערירט 4 בריגאדעס צו די 10 דיוויזיעס, און נאך אפאהר אפגעטיילטע רעגימענטן און בריגאדעס .

  • פוס
  • אינפאנטרי
  • געפאנצערטע
  • ארמארד
  1. 1'טע געפאנצערטע דיוויזיע
  2. 1'טע קאוועלרי דיוויזיע
  3. 1'טע פוס דיוויזיע
  4. 2'טע פוס דיוויזיע
  5. 3'טע פוס דיוויזיע
  6. 4'טע פוס דיוויזיע
  7. 10'טע מאונטען דיוויזיע
  8. 25'טע פוס דיוויזיע
  9. 82'טע עירבארן דיוויזיע
  10. 101'טע עירבארן דיוויזיע
  • 173'טע עירבארן בריגאדע
  • 2'טע קאווערלי רעגימענט
  • 3'טע געפאנצערטע קעווערלי רעגימענט
  • 11'טע געפאנצערטע קעווערלי רעגימענט