פאנטאסיא (פילם)

פֿון װיקיפּעדיע
פֿאַנטאַסיאַ
Fantasia
אקטיארן לעאפאלד סטאקאווסקי
דימס טיילאר
דער פילאדעלפיע ארקעסטער
שטימע אקטיארן וואלט דיזני
סטודיא וואלט דיזני פראדוקציעס
פארשפרייטער RKO ראדיא פילמען
פארשפרייט 29סטן פעברואר 1940
לענג 124 מינוטן
שפראך ענגליש
בודזשעט $2,280,000 (השערה)
הכנסות $76,408,097

פֿאַנטאַסיאַ (ענגליש: Fantasia) איז דער דריטער אנימירטער פילם וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני פראדוקציעס.

"פֿאַנטאַסיאַ" אנטהאלט אכט קלאסישע מוזיק קאמפאזיציעס. איין פון זיי איז פון "די רייט פון פריליג" פון איגאר סטראווינסקי. עס דערציילט פון דאס לעבן אויפן ערד פלאנעט איידער דער אומברענג פון די דינאזאווער. אן אנדערע באקאנטע שאפונג באנוצט אין דער פילם איז "טאקאטא און פוגא אין רע מינאר" פון יאהאן זעבאסטיאן באך. איין אפטיילונג מיט א גריכישע מיטאלאגיע טעמע, "די פאסטאראלישע סימפאניע", איז רעדאקטירט געווארן אראפצונעמען קענטאווערס ווייל זיי זענען געטראכט געווען אלס ראסיסטישע סטערעאטיפן פון טונקל-הויטיגע מענטשן.

א המשך-פילם מיטן נאמען "פֿאַנטאַסיאַ 2000" איז באפרייט געווארן אין 1999.