ערד ליד
"Earth Song" (ערד ליד) איז א ליד פונעם אמעריקאנער זינגער מייקל זשעקסאן, וואס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך עפיק רעקארדס דעם 8טן נאוועמבער, 1995. דאס איז געווען די דריטע סינגל פון זשעקסאנ'ס ניינטן סטודיא-אלבום, HIStory: Past, Present and Future, Book I. דער ליד איז געשריבן און פראדוצירט געווארן דורך זשעקסאן, דעיוויד פאסטער און ביל באטרעל.
כאטש זשעקסאן האט שוין פריער ארויסגעגעבן לידער מיט א סאציאלע מעסעדזש, ווי למשל "We Are the World", "Man in the Mirror" און "Heal the World", איז אבער "Earth Song" געווען זיין ערשטע ליד וואס האט אפן גערעדט איבער די ענווייראמענט און איבער צער בעלי חיים. דער ליד איז ארויסגעקומען באגלייט מיט א רייכע מוזיק-ווידעאו, דירעקטירט דורך ניק בראנדט; די ווידעאו איז געפילמט געווארן אין פיר פארשידענע געגנטער, לייגנדיג א דגוש אויפן חורבן און דאס ווידער-אויפבוי פונעם ערד-קוגל.
"Earth Song" איז געווען ביים שפיץ פון די טשארטס אין ענגלאנד, וואו ס'איז געווען די קריסטמעס נומער 1 פאר יאר 1995. ס'האט אויך פארנומען דעם אויבנאן אין דייטשלאנד, איסלאנד, שפאניע, שוועדן און שווייץ, בשעת אין פראנקרייך, אירלאנד און האלאנד איז עס אנגעקומען צום צווייטן פלאץ. זשעקסאן האט באקומען אנערקענונג פאר דעם ליד פון פארשידענע ארגאניזאציעס פאר בעלי חיים און די ענווייראמענט. אין 1997 איז דער ליד נאמינירט געווארן פאר א גרעמי.
א טאנץ-ווערסיע פונעם ליד איז אריינגעלייגט געווארן אינעם 1997 רימיקס-אלבום Blood on the Dance Floor. שפעטער, אין 2011, איז דער ליד צוזאמענגעשטעלט געווארן מיט דער פאעמע Planet Earth (וואס איז פריער ערשינען אויף דעם This Is It אלבאם אין 2009) און איז ארויסגעגעבן געווארן אלס א ליד אויפן רימיקס-אלבום Immortal.