עמק התלמוד

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

עמק התלמוד איז א ישיבה אין ירושלים. דער ראש ישיבה איז רבי מאיר הייזלער, וואס איז מדריך די בחורים אלס עובדי השם באמת ובתמימות. דער ראש ישיבה לייגט אריין א ריינע אמונה פשוטה אין זיינע תלמידים וואס באגלייט זיי שפעטער א גאנץ לעבן, און ביי זיינע פייערדיגע שמועסן וואס ער גיט יעדן ליל שישי ביז אין די פארטאגס שעות ווערט איבער'גע'חזר'ט יסודות הדת בקול חוצב להבות אש מיט א אש קודש וואס ווערט טיף אריינגעקריצט אין די ריינע הערצער פון די בחורים.

די ישיבה איז געווארן אויפגעשטעלט בערך אין יאר תשס"ו, נאכדעם וואס רבי מאיר איז ארויס פון דער סאכאטשאווער ישיבה.

דער ראש ישיבה רבי מאיר הייזלער איז ער געווען גאר א נאנטער תלמיד ביי הרב אלעזר שך. ער האט גאר אסאך קונה געווען ביי אים, ווי הרב שך האט זיך אמאל אויסגעדריקט נאך א ריתחא דאורייתא מיט אים אז אויף רבי מאיר איז געזאגט געווארן ומתלמידי יותר מכולם. אויך איז ער געווען גאר א נאנטער תלמיד פון רבי יחזקאל לעווינשטיין משגיח אין דער פאנאוועזשער ישיבה וואס ער פלעגט אים אסאך געטרויען מיט זיינע פריוואטע זאכן, און נאך אסאך גרויסע אידן. שפעטער איז ר' מאיר געווארן א שטיקל ראש ישיבה אין דער אמאליגער ישיבת סאכאטשוב אין ירושלים, זייענדיג דער משפיע רוחני דארט אין ישיבה זייענדיג מקיים דולה ומשקה מתורת רבותיו לאחרים, האבנ'דיג וואס צו משפיע זיין פון זיינע גרויסע רבי'ס

ווען ער האט געעפענט די היינטיגע ישיבה עמק התלמוד האט ער מיטנענומען מיט זיך א גרויסן חלק תלמידים וואס זיי האבן זיך נישט געקענט אפטיילן פון אים.

די בחורים אין דער ישיבה זענען על פי רוב אמעריקאנער בחורים, סאיז אויך דא אזא צוויי דריי ארץ־ישראלדיגע, און ווי אויך איז דא אפאר פון קאנאדע און נאך.

'