עלמא

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
עלמא
Kevin Clash Elmo 2010 (cropped).jpg
עלמא מיט זיין אפעראטאר קעווין קלאַש אין 2010
סעריע "סעזאם גאס"
ערשטער אויפֿטרעט 1972 (אלס בייבי מאנסטער)
18טן נאוועמבער 1985 (אלס עלמא)
אקטיארן הויפט אפעראטארן:
רייען דילאָן (2013 - היינט)
קעווין קלאַש (1985 - 2014)
אינפארמאציע
זגאַל "סעזאם גאס" מאַפּעט
מאנסטער
מין זכר

עלמאָ (ענגליש: Elmo) איז א פיקטיווער כאראקטער פון די טעלעוויזיע סעריע "סעזאם גאס". ער איז א רויטער מאנסטער מיט זיין אייגענער טייל אינעם פראגראם וואס הייסט "עלמא'ס וועלט". ער איז 3.5 יאר אלט און איז באקאנט פאר זיין לאַך. זיין בעסטע חברטע איז אן אָראַנזשע מאנסטער מיטן נאמען זאָע (Zoë).

עלמא איז ערשטנס געווען נאָר א רויטער מאַפּעט גענוצט אלס א מינאָרע כאראקטער. ער האט נישט געהאט קיין נאמען און איז א מאל גערופן "בייבי מאנסטער". קעווין קלאַש האט אבער באקומען דער מאַפּעט אין די ערשטע 1980ער און האט געגעבן אים א נייע פֿאַלסעט שטימע. דער מאַפּעט איז געווארן גאר פאפולער און האט באקומען דער נאמען עלמא. עלמא רעדט שטענדיק אינעם דריטער פערזאן. צום ביישפיל זאגט ער "עלמא וויל דאס" אנשטאט "איך וויל דאס". עלמא האט א גאלדפיש מיטן נאמען דאָראָטי, שפילט א צאצקע פיאנע און פֿארט אויף א דרייראָד.

אין 1996 איז פארקויפט געווען אן עלמא ליאלקע מיטן נאמען "קיצלען מיר עלמא", וואס איז שנעל געווארן איינער פון די מערסט פאפולערע "סעזאם גאס" שפילכלעך.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: עלמא