ספעיס עקס
| |||||||||||||||
ספעיס עקס (SpaceX), מיט'ן פולן נאמען Space Exploration Technologies Corp., איז א אמעריקאנער ספעיס פירמע וואס אנטוויקלט און פראדוצירט ראקעטן, סאטעליט סיסטעמען און אנדערע טעכנאלאגיע פאר ספעיס רייזעס. די פירמע איז געגרינדעט געווארן דורך אילאן מאסק אין יאר 2002 מיט'ן ציל צו אראפברענגן די קאסטן פון ספעיס רייזעס און צו אנטוויקלען טעכנאלאגיע וואס זאל ערמעגליכן צוקונפטיגע מענטשליכע מיסיעס צו מאדים. [1]
ספעיס עקס איז געווארן איינע פון די גרעסטע פריוואטע ספעיס פירמעס אין דער וועלט. אירע באקאנטע פראגראמען נעמען אריין די Falcon 9 און Falcon Heavy ראקעטן, די Dragon ספעיס קראפט, די Starlink סאטעליט אינטערנעט נעץ און די Starship שווערע ראקעט סיסטעם.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]גרינדונג פון דער פירמע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר 2001 האט אילאן מאסק זיך אנגעהויבן פארנומען מיט די געדאנק פון שיקן מאטעריאלן קיין מאדים און אויספארשן וועגן צו פארגרינגערן ספעיס רייזעס. ער האט געמאכט צוויי רייזעס קיין מאָסקווע צו פרובירן צו קויפן רוסישע אינטערקאנענטינענטאלע באליסטישע מיסילן (ICBM) פון די פירמעס NPO Lavochkin און Kosmotras. די פארהאנדלונגען האבן נישט געפירט צו א דיל, און מאסק האט דעריבער באשלאסן צו גרינדן אן אייגענע פירמע און בויען אייגענע ראקעטן. [1]
מיט בערך 100 מיליאן דאלאר פון זיין אייגענעם פארדינסטן האט מאסק געגרינדעט SpaceX אין מאי 2002 און איז געווארן דער הויפט עקזעקוטיוו און הויפט אינזשעניר פון דער פירמע. [2]
דער ערשטע ציל פון דער פירמע איז געווען צו אנטוויקלען ביליגע און פארלעסליכע ראקעטן וואס זאלן קענען טראנספארטירן סאטעליטן און אנדערע לאדונגען אין רוים.
די ערשטע ראקעט פראגראמען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]Falcon 1
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ספעיס עקס האט דורכגעפירט איר ערשטע פראבע לאנטש פון דער Falcon 1 ראקעט אין יאר 2006. די ערשטע דריי פרואוון זענען דורכגעפאלן און האבן געברענגט די פירמע נאנט צו פינאנציעלע שוועריקייטן.
אין סעפטעמבער 2008 האט SpaceX אבער מצליח געווען צו ברענגען די Falcon 1 אין ארביט. דאס איז געווען דאס ערשטע מאל אין דער געשיכטע וואס א פריוואטע פירמע האט אריינגעשטעלט א ראקעט מיט פליסיגע ברענשטאף אין ארביט. [3]
קאנטראקט מיט NASA
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין 2008 האט SpaceX באקומען א 1.6 ביליאן דאלאר קאנטראקט פון NASA פאר די אנטוויקלונג און באנוץ פון Falcon 9 און Dragon, צו טראנספארטירן לאדונגען צו דער אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע (ISS). דער קאנטראקט איז געקומען אין דער צייט ווען די Space Shuttle פראגראם איז געקומען צו אן ענדע אין 2011. [4]
Dragon און דער ערשטער פרייוואטער רייזע צו דער ISS
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
נאך דער אנטוויקלונג פון Falcon 9 האט SpaceX זיך קאנצענטרירט אויף דער אנטוויקלונג פון דער Dragon ספעיס קראפט, וואס איז געצילט געווארן צו טראנספארטירן זאכן און שפעטער אויך מענטשן אין נידעריקער ערד ארביט.
אין מאי 2012 האט די Dragon קראפט דורכגעפירט איר היסטארישע מיסיע צו דער אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע (ISS). דאס איז געווען דאס ערשטע מאל אז א פריוואטע פירמע האט געשיקט א ספעיס קראפט וואס האט זיך צוגעבונדן צו דער ISS. [5]
די הצלחה האט געוויזן אז פריוואטע פירמעס קענען נעמען א גרעסערע ראלע אין דער ספעיס אינדוסטריע, וואס ביז דעמאלטס איז מערסטנס געפירט געווארן דורך רעגירונגס ארגאניזאציעס.
ווידער באנוצבארע ראקעט טעכנאלאגיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
א הויפט ציל פון SpaceX איז געווען צו אנטוויקלען ראקעטן וואס קענען נאכאמאל גענוצט ווערן, כדי צו פארמינערן די קאסטן פון ספעיס לאנטשעס.
אין דעצעמבער 2015 האט SpaceX מצליח געווען צו לאנדן דעם ערשטן טייל פון א Falcon 9 ראקעט אויף א לאנד פלאטפארמע. שפעטער האט די פירמע אויך דורכגעפירט לאנדונגען אויף אויטאמאטישע שיפן אין ים. [6][7]
די ווידער באנוצבארקייט פון Falcon 9 האט ערמעגליכט אז דער זעלבער ראקעט טייל זאל קענען ווערן גענוצט פאר מערערע מיסיעס, וואס האט געהאלפן פארמינערן די קאסטן פון שיקן סאטעליטן און ספעיס קראפטן אין ארביט.
Falcon Heavy
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין פעברואר 2018 האט SpaceX דורכגעפירט די ערשטע לאנטש פון דער Falcon Heavy, איינע פון די שטארקסטע ראקעטן וואס איז דעמאלט געווען אין באנוץ.
ביי דער ערשטער מיסיע האט די ראקעט געטראגן דעם פערזענליכן Tesla Roadster פון אילאן מאסק אלס א דעמאנסטראציע לאוד. די מיסיע האט באקומען ברייטע אויפמערקזאמקייט צוליב דער פארבינדונג צווישן ספעיס טעכנאלאגיע און דער עלעקטרישער קאר אינדוסטריע. [8]
Starship פראגראם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זינט יאר 2019 אנטוויקלט SpaceX די Starship ראקעט סיסטעם, א גרויסע שווערע ראקעט וואס איז פלאנירט צו זיין פולשטענדיג ווידער באנוצבאר און זאל קענען דינען פאר צוקונפטיגע גרויסע ספעיס מיסיעס.
דער ציל פון Starship איז צו ערמעגליכן טראנספארט פון גרויסע מאסן מטריאל און מענטשן צו דער לבנה, מאדים און אנדערע דעסטינאציעס אין ספעיס. די סיסטעם איז געצילט צו ערזעצן די פריערדיגע Falcon Heavy טעכנאלאגיע פאר גרויסע מיסיעס. [9]
מענטשלעכע ספעיס מיסיעס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין מאי 2020 האט SpaceX דורכגעפירט איר ערשטע מענטשלעכע ספעיס מיסיע, באקאנט אלס Demo 2. די Crew Dragon האט געשיקט אמעריקאנער נאסטראנאטן אין ארביט און זיך צוגעבונדן צו דער אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע.
דאס איז געווען דאס ערשטע מאל זינט דעם ענדע פון די Space Shuttle תקופה אז מענטשן זענען געשיקט געווארן אין ארביט פון אמעריקאנער ערד דורך א פריוואטע פירמע. [10]
אנטוויקלונג אין די לעצטע יארן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ביז 2026 האט SpaceX דורכגעפירט מער ווי 600 סוקסעספולע Falcon 9 לאנטשעס. די פירמע האט געהאט רעקארד יארן אין 2024 און 2025 מיט א גרויסע צאל ספעיס מיסיעס.
די Starship פראגראם האט ווייטער דורכגעפירט טעסט פלייטס און אנטוויקלט נייע סיסטעמען פאר צוקונפטיגע לאנג דיסטאנץ ספעיס מיסיעס.
אין 2024 האט NASA געגעבן SpaceX א 843 מיליאן דאלאר קאנטראקט צו בויען א ספעציעלע סיסטעם וואס זאל העלפן ארויספירן די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע פון ארביט נאכן ענדע פון איר אפעראציע. [11]
רעפערענצן
- 1 2 "Elon Musk's space dream almost killed Tesla".
- ↑ "California Business Search (C2414622 – Space Exploration Technologies Corp)". דערגרייכט דעם 2026-06-17. ארכיווט פונעם אריגינאל דעם 2018-02-23.
- ↑ Ledur, Júlia (May 1, 2019). "Falcon Flights".
- ↑ Chang, Kenneth (May 22, 2012). "Big Day for a Space Entrepreneur Promising More".
- ↑ Harwood, William (May 31, 2012). "SpaceX Dragon returns to Earth, ends historic trip".
- ↑ "SpaceX rocket in historic upright landing", BBC News (December 22, 2015).
- ↑ O'Kane, Sean (May 27, 2016). "SpaceX successfully lands a Falcon 9 rocket at sea for the third time", The Verge.
- ↑ Drake, Nadia (February 25, 2018). "Elon Musk's Tesla in Space Could Crash into Earth", National Geographic.
- ↑ Berger, Eric (August 28, 2019). Starhopper aces test, sets up full-scale prototype flights this year.
- ↑ Wattles, Jackie (May 30, 2020). "SpaceX and NASA launch Crew Dragon in Florida: Live updates", CNN.
- ↑ "NASA taps Elon Musk's SpaceX to bring International Space Station out of orbit in a few more years", Associated Press (June 26, 2024).