ספינדזש

פֿון װיקיפּעדיע
מאראקאנער פאנקעס

ספינדזש (אראביש: سَفَنْج, באדייט: "זיסער שוואם") איז א סארט פאנטשקע וואס שטאמט פון צפון אפריקע.

עס קומט מיט א לאך אינדערמיט.

מען סערווירט עס באשפריצט מיט צוקער אדער געווייקט אין האניג.

די אלדזשיריער ווערסיע

ביי יודן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די יודן אין מאראקאו פלעהגן דאס עסן אום חנוכה ווען דער מנהג איז צו עסן מאכלים געפרעגלט אין אויל.

עס איז בכלל געווען א דעליקאטעס אין יענע לענדער. ביי די יודן אין אלדזשיריע פלעהגט מען דאס געבן פאר די וואס זענען אויפגעשטאנען צו סליחות אום חודש אלול.

אזוי אויך פלעהגט מען עס סערווירן פאר חתן כלה א טאג נאך די חתונה.

ביי קינדער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ביי די קינדער איז עס ספעציעל געווען באליבט און מען פלעהגט זיי דאס געבן ביי ספעציעל געלעגנהייטן, למשל:

  • ווען מ'איז געגאנגען צום ערשטן מאל אין חדר.
  • ווען די ערשטע צאן איז ארויסגעפאלן.

וועב לינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]