סירענע (אלארם)

פֿון װיקיפּעדיע
דער ארטיקל דיסקוטירט דער אַלאַרם אַפּאַראַט. טאמער זוכט איר די מיטאָלאָגישע פֿיגורן, זעט סירענע (מיטאלאגיע).
א סירענע-אַלאַרם אין דער שווייץ

א סירענע (ענגליש: siren) איז א זייער הויך סארט ליאַרעם-אַפּאַראַט. בירגער-באַשיצונג סירענעס ווערן מאָנטירט אין שטייענדיקע לאָקאַציעס און ווערן באניצט צו ווארענען פון נאטירלעכע קאַטאַסטראָפֿעס אדער פון אטאקעס. אויך ווערן סירענעס באניצט אויף עמערגענץ דינסטן פארמיטלען ווי אמבולאנסן, פאליציי אויטאס און לעשאויטאס. עס זענען דא צוויי סארטן סירענעס אין אַלגעמיין: לופט און עלעקטראניש.

א ווארנונג סירענע און עמערגענץ לעמפּלעך אויף א לעשאויטא