לדלג לתוכן

סאולער סיטי

פֿון װיקיפּעדיע
סאלאר סיטי
{{{בילד}}}
SolarCity Corp
טיפ: זין ענערגיע
געגרינדעט: July 4 2006
געגרינדער: לינדאן און פעטער ריוו
סלאגאן: {{{סלאגאן}}}
וועבזייטל: {{{וועבזייטל}}}
שפראך: {{{שפראך}}}

סאלאר סיטי, וואס איז געגרינדעט געווארן אין 2006 דורך לינדאן ריוו און פעטער ריוו. זייער קוזין אילאן מאסק האט צוגעשטעלט די אנהייב-קאפיטאל דערפאר [1] ביז 2013 איז סאלאר סיטי געווען דער צווייט-גרעסטער פאראייניגער פון זון-ענערגיע-סיסטעמען אין די פאראייניקטע שטאטן.[2]

אין 2014 האט מאסק פארשפרייט דעם פלאן, אז סאלאר סיטי זאל אויפבויען אן מאנופאקטור-פאבריק אין באפאלא, ניו יארק, וואס וואלט געווען דריי מאל גרעסער פון דער גרעסטער זון-פאנעל-פאבריק אין די פאראייניקטע שטאטן.[3] דער אויפבוי פון דער פאבריק האט זיך אנגעהויבן אין 2014 און איז פארענדיקט געווארן אין 2017. ביז אנהייב 2020 האט זי געארבעט ווי א געמיינזאמער אונטערנעמונג צווישן טעסלא און פענאסאניק.[4][5]

אין 2016 האט טעסלא אפגעקויפט סאלאר סיטי פאר בערך 2 ביליאן דאלאר און עס צונויפגעשלאסן מיט איר באטעריע-אפטיילונג, כדי צו שאפן טעסלא ענערגיע. די מעלדונג וועגן דעם אפמאך האט גורם געווען א ירידה פון מער ווי 10 פראצענט אין טעסלאס סטאק-פרייז. אין יענער צייט האט סאלארסיטי געליטן פון ערנסטע געלטפלוס פראבלעמען.[6]

נאך דער אפקויף האבן עטלעכע גרופעס פון סטאק-האלטערס אריינגעגעבן געריכטלעכע תביעות קעגן מאסק און די דירעקטארן פון טעסלא. לויט זייער טענה איז דער אפקויף דורכגעפירט געווארן בעיקר לטובת מאסק פערזענלעך, אויפן חשבון פון טעסלא און אירע סטאק-האלטערס.[7][8]

אין יאנואר 2020 האבן די טעסלא-דירעקטארן דערגרייכט א פשרה אין דער תביעה, אזוי אז מאסק איז געבליבן דער איינציקער הויפט-אנגעקלאגטער אין דעם פראצעס.[9][10]

צוויי יאר שפעטער, אין אפריל 2022, האט דער געריכט געאורטיילט לטובת מאסק און אפגעווארפן די טענות פון די סטאק-האלטערס.[6]

טעסלא ענערגיע פראדוקטן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

טעסלא ענערגיע פארקויפט א ריי פראדוקטן פאר ענערגיע-אפהיט און זון-ענערגיע. צווישן די באקאנטסטע פראדוקטן איז דער פאוערוואל, א היים-באטעריע וואס קען אויפהיטן עלעקטריציטעט פון זון-פאנעלן אדער פונעם עלעקטרישן נעץ, כדי מען זאל קענען נוצן די ענערגיע ביינאכט אדער בעת א שטערונג אין עלעקטריע-צושטעלונג. טעסלא פארקויפט אויך זון-פאנעלן און זון-דאכער פאר פריוואטע הייזער.[11]

אין 2019 האט טעסלא ענערגיע ארויסגעברענגט דעם מעגאפעק, א גרויסער ענערגיע-אויפהיט-סיסטעם געמאכט פאר עלעקטרישע קאמפאניעס און גרויסע אינדוסטריעלע פראיעקטן. דער סיסטעם איז געבויט צו אויפהיטן גרויסע מאסן עלעקטריציטעט און ארויסגעבן די ענערגיע בשעתן שפיץ-פארלאנג אדער ווען זון- און ווינט-קוועלער פראדוצירן ווייניגער עלעקטריע.[12]

טעסלא האט מיט דער צייט פארברייטערט איר ענערגיע-געשעפט, און די ענערגיע-אפטיילונג איז געווארן א וויכטיגער טייל פון דער קאמפאניעס טעטיקייט. די קאמפאניע האט געמאלדן אז מעגאפאק-סיסטעמען ווערן גענוצט אין צענדליגער לענדער ארום דער וועלט צו שטיצן עלעקטרישע נעצן און צו פארגרינגערן די באנוץ פון באנייבארע ענערגיע-קוועלער.[13]

  1. "Elon Musk on rockets, sports cars, and solar power", CNET (February 15, 2008).
  2. "2013 Top 250 Solar Contractors", Solar Power World (September 13, 2013).
  3. "Elon Musk's sunny plans for Buffalo", CNN (June 17, 2014). דערגרייכט דעם June 18, 2026. ארכיווט פונעם אריגינאל דעם October 9, 2017.
  4. "Tesla, Panasonic will reportedly stop joint solar cell production at Gigafactory 2 in Buffalo", CNBC (February 26, 2020).
  5. "The highs, lows and legacy of Panasonic's doomed project in Buffalo", American City Business Journals (November 23, 2020).
  6. 1 2 Kolodny, Lora (April 27, 2022). "Elon Musk wins shareholder lawsuit over Tesla's $2.6 billion SolarCity acquisition", CNBC.
  7. Strong, Michael (March 16, 2020). "Shareholder $2.2B Lawsuit Against Tesla CEO Musk Halted After Trial Postponed Due to Coronavirus", The Detroit Bureau.
  8. Mitchell, Russ (September 23, 2019). "Elon Musk knew SolarCity was going broke before merger with Tesla, lawsuit alleges", Los Angeles Times.
  9. Hals, Tom (January 30, 2020). "Tesla directors settle, isolating Musk as SolarCity trial looms", Reuters.
  10. Chase, Randall (August 17, 2020). "Judge OKs $60M settlement over Tesla buyout of SolarCity", ABC News.
  11. Energy.
  12. Tesla Megapack.
  13. Megapack.