נפתלי הורוויץ (ריגליץ)

פֿון װיקיפּעדיע

רבי נפתלי הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ע - כ"א תמוז ה'תשכ"ה), ריגליצער רב.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי נפתלי איז געבוירן אין יאר ה'תר"ע, צו זיין פאטער הרב ישראל יוסף הורוויץ, דער ריגליצער רב, א זון פון הרב אלטער אליעזר הורוויץ, רב אין ריגליץ און סטאשאוו, א זון פון הרב אברהם שמחה הורוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון הרב ישראל הורוויץ, רב אין בארניוו, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת רבקה א טאכטער פון הרב יצחק הורוויץ, דער סטוטשינער רב.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פון זיין יוגנט נאך אין גאליציע האט רבי נפתלי זיך ארויסגעוויזן מיט זיינע שטארקע טאלענטן אלס אן אנפירער פון דער ארגאניזאציע צעירי אגודת ישראל. ער איז געווען א קונסטליכער רעדנער און א שרייבער אין פארשידענע צייטשריפטן.

ביי דעם צווייטן וועלט קריג איז רבי נפתלי אנגעקומען קיין שאנכיי, און פון דארט אין יאר ה'תש"ו איז ער געפארן קיין אמעריקא. רבי נפתלי איז געווען רב פון דער שול אוהל אברהם משכן יוסף אין בארא פארק, ער איז געווען באוואוסט אלס תלמיד חכם אין רירנדיגער בעל דרשן.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי נפתלי איז נפטר געווארן כ"א תמוז ה'תשכ"ה, נאך א קורצער קרענק. ביי זיין לויה האבען אנטייל גענימען אן אויסגעריפענער צאל רבי'ס און רבנים. ס'האט אים מספיד געווען דער נאראלער רב הרב חיים מאיר שפירא, זיין מחותן הרב אלחנן זאב טייץ, אין נאמען פון אגודת הרבנים הרב פנחס טייץ רב פון עליזאבעט, ניו דזשערסי, הרב אליעזר קירשנער רב פון דער שול בני יהודה אין בארא פארק, און דער ציעשינאווער רבי.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי נפתלי האט געהייראט מרת ריקל רייזל א טאכטער פון הרב דוב בעריש ריינמאן, פון נאראל. זייערע קינדער:

  • הרב יצחק דוב הורוויץ.
  • הרב אלטער אליעזר הורוויץ, רב דקהל אגודת ישראל זכרון משה ד'בארא פארק.
  • מרת רייצא, פארהייראט צו ר' מענדל סקאווראנסקי.

זיינע פארפאסונגען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • פון ארץ ישראל אוצר
  • עטיק און חסידות

אויך איז צו געפינען זיינע ארטיקלען אין פארשידענע אויסגעבעס צ.ב.ש. אידישער אלמאנאך, ארטאדאקסישע טריבונע, א.ז.וו., ער האט זיך אונטערגעשריבן נפתלי ראפשיצער, א בנן של קדושים, הרב בן הרב.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר