נענאעט

פֿון װיקיפּעדיע

נענאָעט איז א העמלעט אין די טאון פון קלארקטאון אין ראקלענד קאונטי, ניו יארק.

זי גרעניצט זיך מיט פערל ריווער, ניו סיטי, ספרינג וועלי און וועסט נייעק.

זייענדיג נישט צו ווייט פון די סיטי, איז עס א רעלאטיוו ביליג פלאץ צו וואוינען מיט גרויסע געשעפטן און מאָול'ס.

די זיפ קאוד איז 10954 און די עריע קאוד 845.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די נאמען איז געגעבן געווארן אין 1856 נאך אן ארטיגן שעהף.

דעמאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין די 2000 צענזוס איז די באפעלקערונג געווען ביי 16,708 מענטשן, 5,975 פון זיי הויז אייגנטומער. איבער זיבעציג פראצענט איז ווייס.

די דורכשניטליכע איינקונפט איז ארום זיבציג טויזנט דאלער.

איינקויף צענטערן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די שטאט האט פילע איינקויף צענטערן, מיט צוויי גרויסע גערופן די נענאעט מאול אויפן רוט 59 וועלכע איז שיין איבערגעבויעט געווארן אין 2013 - 2014.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]