נינטענדא ענטערטעינמענט סיסטעם

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
נינטענדא ענטערטעינמענט סיסטעם מיט קאנטראלער
נינטענדא פאמיליע קאמפיוטער (אויך באקאנט מיטן נאמען פאמיקאם)

די נינטענדא ענטערטעינמענט סיסטעם (ענגליש: Nintendo Entertainment System, יידיש: "נינטענדא פארוויילונג סיסטעם", ראשי תיבות: NES, אויך באקאנט מיטן נאמען פאמיליע קאמפיוטער (Family Computer) אדער פאמיקאם (Famicom) אין יאפאן) איז די ערשטע ווידעא שפיל קאנסאל געמאכט דורך נינטענדא אין יאפאן, אייראפע, און די פאראייניקטע שטאטן. זי האט קומט ארויס אין 1985 אין די פאראייניקטע שטאטן, און איז געווען זייער פאפולער.

דער קאנטראלער פאר דער NES איז געווען אנדערש צו די דזשויסטיקן פון אלטערע קאנסאלען. ער האט א ריכטונג קנעפל, וואס האט געקענט גיין ארויף, אראפ, לינקס, אדער רעכטס. ער אויך האט ‏A, ‏B, ‏Select און Start קנעפלעך. די NES האט געקענט נוצן בסך הכל צוויי קאנטראלערן פאר מולטי-שפילער שפילן. דארט אויך זענען געווען אנדערע סארטן קאנטראלערן וואס האבן געקענט נוצן מיט די NES.

עטלעכע בארימטע שפילן פאר די NES זענען "סופער מאריא ברידער", "די לעגענדע פון זעלדא", "מעטרויד", "מעגא מאן", "קעסלוואניע", "דאנקי קאנג" און "לעצטע פאנטאזיע". נינטענדא האט געהאלטן מאכן און פארקויפן די NES אין 1995.