נויראלינק
| |||||||||||||||
נויראלינק איז א נייע סארט פירמע וואס מ'רופט א "נויראטעכנאלאגיע סטארטאפ", וואס דער באקאנטער עשיר אילאן מאסק האט מיטגעגרינדעט אין יאר 2016 מיט הונדערט מיליאן דאלאר.[1] די פירמע וויל דערגרייכן אז מען זאל קענען פאראייניגן דעם מענטשלעכן מוח מיטן קינסטלעכן שכל פון קאמפיוטערס, דורך דעם וואס מען לייגט אריין א קליין שטיקל אין מוח וואס קען העלפן פארבעסערן דעם זכרון און רעדן מיט קאמפיוטער-פראגראמען.[2] נויראלינק האפט אויך אז מען וועט קענען אויסהיילן שווערע קראנקהייטן פון מוח און רוקנביין.[3]

די פירמע האט פריער פרובירט אירע זאכן אויף מאלפעס אין דער אוניווערסיטעט פון קאליפארניע אין דייוויס. אין יאר 2021 האט נויראלינק ארויסגעלאזט א ווידעא וואס מ'זעט דארט ווי א מאלפע שפילט א קאמפיוטער-שפיל מיטן מוח-שטיקל אין אים. נאר עס האבן זיך אויפגעכאפט גרויסע שאלות ווייל עטלעכע פון די מאלפעס זיינען אין די פראבעס געשטארבן, און מענטשן האבן זיך באקלאגט אז מ'האט זיי נישט גוט באהאנדלט. אין יאר 2022 האט די רעגירונג אנגעהויבן א גרויסע אויספארשונג צו קוקן אויב נויראלינק האט זיך נישט אנגעהאלטן ביי די חוקים פון ווי אזוי מ'מעג זיך פירן מיט בעלי-חיים.[4]
אין יאר 2022 האט נויראלינק באקאנטגעמאכט אז מען וועט באלד אנהייבן פרובירן די זאכן אויך אויף מענטשן. אין חודש תשרי תשפ"ד, דהיינו סעפטעמבער 2023, האט די אמעריקאנער רעגירונגס-אגענטור וואס היט איבער מעדיצין און עסן, געעלויבט נויראלינק צו אנהייבן זעקס יאר לאנגע פראבן אויף מענטשן.[5]
- ↑ "Elon Musk's Neuralink Wants 'Sewing Machine-Like' Robots to Wire Brains to the Internet", The New York Times.
- ↑ "Elon Musk launches Neuralink, a venture to merge the human brain with AI", The Verge.
- ↑ "Elon Musk's Neuralink puts computer chips in pigs' brains in bid to cure diseases", NBC News.
- ↑ "Elon Musk launches Neuralink, a venture to merge the human brain with AI", The Verge.
- ↑ "Elon Musk's Neuralink approved to recruit humans for brain-implant trial", The Guardian.