משה ראטשילד
| ||
געבורט |
1929 ציריך, שווייץ ![]() | |
---|---|---|
טויט |
29 סעפטעמבער 2018 (אלט 89 בערך) בני ברק, ישראל ![]() | |
מדינה |
ישראל ![]() | |
לערנארט |
אוניווערסיטעט פון ציריך ![]() | |
![]() ![]() |
דאקטער משה ״מאזי״ ראטשילד (שבט ה'תרפ"ט, 1929 - נפטר כ' תשרי ה'תשע"ט, 29סטן סעפטעמבער 2018) איז געווען א חרדישער רופא אין ישראל, דער גרינדער און פרעזידענט פון דעם מעיני הישועה שפיטאל אין בני ברק, און זיין ערשטער דירעקטאר.
ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
ער איז געבוירן געווארן אין ציריך, שווייץ, צו יוסף ראטשילד, א פאבריקאנט וואס האט אימיגריים אין דער שווייץ פון דרום דייטשלאנד ביי דער ערשטער וועלט־מלחמה, און שרה, טאכטער פון הרב ערנסט ווייל. ער האט געלערנט אין דער תלמוד תורה אין ציריך, און שפעטער אין דער ישיבה פון הרב יצחק דוב קאפלמאן אין לוצערן, און דערנאך אין דער עץ חיים ישיבה אין מאנטרע.
ער האט שטודירט מעדיציען אין דעם ציריכער אוניווערסיטעט, אין פאריז און אין נאך ערטער. אין יאר 1960 האט ער האט ער חתונה געהאט מיט א יונגער פרוי פון ציריך, רויזא, טאכטער פון נתן לאנג.
ראטשילד איז געווען א באקאנטער מוהל.
וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
- עדה כהן,מוסטער:מעריב
- יוני גרין,מוסטער:חרדים10חרדים10מוסטער:חרדים10