משה מרדכי עפשטיין
אויסזען
| געבורט |
7 מערץ 1866 בעלארוס |
|---|---|
| טויט |
28 נאוועמבער 1933 (אלט 67) ירושלים, בריטישער מאנדאט |
| קבורה ארט |
יידישע בית עולם פון הר הזיתים |
| לערנארט |
וואלאזשינער ישיבה |
| באלאנג |
ליטוואקעס |
| זיינע רביס |
נפתלי צבי יהודה בערלין |
רבי משה מרדכי עפשטיין (7טן מערץ 1866, כ' אדר ה'תרכ"ו – 28סטן נאוועמבער 1933, י' כסלו ה'תרצ"ד) איז געווען ראש ישיבה אין סלאבאדקע און חברון, א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה און פון די גרינדער פון דער שטאָט חדרה.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]הרב משה מרדכי עפשטיין איז געווע אן איידעם ביי רבי נתן צבי פינקל, דער ״אלטער פון סלאבאדקע״, און איז געווען א תלמיד אין דער וואלאזשינער ישיבה. אויף דער איניציאטיוו פון זיין שווער האט ער ארויף געברענגט א טייל פון דער סלאבאדקער ישיבה קיין ארץ ישראל אין דער שטאט חברון. די ישיבה איז היינט באקאנט אלס חברונער ישיבה היינט לאקירט אין גבעת מרדכי, ירושלים.