לדלג לתוכן

מעוות שאינו יכול לתקון

פֿון װיקיפּעדיע

מעוות לא יוכל לתקון איז א לשון הקודש'דיגער אויסדרוק וואס מען ניצט אויף א זאך וואס מען האט געברויכט טוהן און מען קען מער עס נישט משלים זיין.

עס ווערט אויך גענוצט אין יודיש בפרט אין די חסידיש יודישער שפראך וואס באנוצן זיך מער מיט גמרא לשון.

דער מקור איז אין קהלת פרק א פסוק טו: מְעֻוָּת, לֹא-יוּכַל לִתְקֹן; וְחֶסְרוֹן, לֹא-יוּכַל לְהִמָּנוֹת, און די משנה אין מסכת חגיגה פ"א מ"ו ברעהנגט עס אלס ביישפיל אויף איינער וואס האט נישט מקיים געווען מצוות ראייה גאנץ יום טוב קען ער עס שוין נישט באצאלן.

די גמרא דארט אויפן פלאץ גיבט נאך ביישפילן, למשל איינער האט געמאכט געבוירן א ממזר אדער פארפאסט די זמן קריאת שמע.

זעהט ספורני פרשת וישב אז ראובן האט זיך אנגערופן צו די ברודער נישט צו הרגענעען יוסף כדאי צו ראטעווען פון א מעוות לא יוכל לתקון וואס אפילו צדיקים פאלן צומאל אריין וויבאלד מען טוט א זאך פלוצים