מנחם מענדל בייליס/כה
כה. דער משפט הייבט זיך אן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין קורצן פון פריער: מען פירט ר' מענדל צום בית המשפט, באגלייט מיט א ריזיגע מיליטערישע שטאב. אין בית המשפט טרעפט ער זיך צום ערשטן מאל מיט איינער פון זיינע אדוואקאטן מיט'ן נאמען קאראבטשעווסקי. ווען ר' מענדל בעט עם אויב ער קען ערלעדיגן עפעס צו עסן פאר עם, גיט ער איבער די בקשה צום גענעראל - דער הויפט ממונה אויף דער שמירה פון ר' מענדל.
"דער משפט גייט זיך באלד אנפאנגען און עס וועט זיין לאנג און מיין קליענט וועט ווערן זייער אפגעשוואכט, ער מוז האבן אלע כח וואס איז נאר מעגליך. דאס איז אן ערנסטע זאך".. אזוי ווענדעט זיך קאראבטשעווסקי צום ממונה, נאך יענער זאגט אז ער קען נישט ערפילן זיין בקשה. "אויב וועט איר נישט אויספירן וואס מיר האבן געבעטן, וועל איך מוזן מוחה זיין אויף דעם ברבים בשעת'ן משפט. מיר קענען נישט צולאזן אז א מענשט ווי בייליס זאל זיין א קרבן צו אזא מין אויפגעפירעכץ"..
די רייד פון מר קאראבטשעווסקי האבן געמאכט א שטארקן רושם אויפ'ן גענעראל. ער האט באלד געכאפט אז דא האט ער נישט א געשעפט מיט'ן ייד בייליס, נאר מיט'ן באוואוסטן רוסישן אדוואקאט קאראבטשעווסקי. דאס סטראשע זיינע מוחה צו זיין ברבים איז אויך נישט עפעס אוועק צו מאכן אזוי גרינג.. דער גענעראל האט באלד געבעטן אפאר מינוט זיך דורכרעדן מיט זיינע ממונים.. זעט אויס די שאלה איז נישט אזוי פשוט.. ווען ער איז צוריק האט ער מודיע געווען אז די 'ריכטיגע מענטשן' האבן מחליט געווען צוצולאזן צו געבן ר' מענדל צו עסן. :גוט! מר בייליס!" זאגט קאראבטשעווסקי מיט א צופרינדהייט, אויב עס איז דא נאך עפעס וואס דו ווילסט, דארפסטו נאר אונז וויסן לאזן. זיי זיכער אז מיר וועלן טון וואס עס איז נאר מעגליך דיר צו העלפן. איר זאלט נאר נישט הייבן הענט מיט יאוש. אחרי ככלות הכל וויסטו אז די וועלכע האבן דיר איינגעשפארט זענען נישט די געוועלטיגער אויף דיין גורל. דו ביסט אין די הענט פון די באשעפער. מיינע חברים און איך ווילן זייער זען א גוטע תוצאה פון דעם משפט. מיר דאווענען צום באשעפער אז אזעלכע משפטים זאלן מער נישט פארקומען אין רוסלאנד, און עס וועט צוריקגעהאלטן ווערן די בושה פון אונזער באליבטן לאנד. וויבאלד אבער מיר דארפן געווינען דעם דאזיגן משפט, וויל איך אז איר זאלט וויסן: מיר פילן אז עס איז אונז א כבוד צו העלפן אויפדעקן די שקר פון די נארישע שולד קעגן דיר. דו וועסט אליינס זען, דאס אמת וועט זיגן! איך מוז יעצט גיין, אבער מיר וועלן זיך נאכאמאל באגעגענען. דאסוועדאניא! [אויף ווידערזען]. די ווערטער, קומענדיג פון אזא פערזענליכקייט, האבן אריינגעלייגט פרישע האפענונג און כח אין ר' מענדל, און ער האט געגלייבט אין זיין נאנטע ישועה.
נאך דעם באגעגעניש מיט קאראבטשעווסקי, האט זיך געטוישט די פירונג פון די סאלדאטן וועלכע האבן עם באוואכט. זיי זענען פלוצלינג גרייט צו העלפן מיט סיי וואס.. זיי האבן נאך קיינמאל נישט געזען א פשוט'ע איינגעשפארטער צו וועמען מ'פירט זיך אויף מיט אזא כבוד! האט דען דער אדוואקאט נישט אליינס מסדר געווען אז דער גענעראל זאל גיין זוכן אן עצה פאר עם? זיי האבן פארשטאנען אז דא רעדט זיך פון א ספעציעלן מצב, און זיי האבן זיך צוגעשטעלט.
כאטש די טעג פון ליידן און פיין זענען [ביזדערווייל] אריבער, שטייט ער דאך אבער דא פאר דעם גרעסטן נסיון פון אלעם, דער משפט אליינס. ווייטער פון דעם וויל ער בכלל נישט קלערן.. מיט דעם אלעם, פאר איינער וואס איז שוין יארן אליינס אין תפיסה, אליינס אין די וועלט און אוועק פון נארמאלע לעבן, איז אפילו אביסל צייט פון הנאה אויך א גרויסע זאך. בשעת ר' מענדל איז נאך פארטיפט אין אזעלכע מחשבות, עפנט זיך די טיר און דער גענעראל רופט אויס "ברענגט דעם איינגעשפארטער צום זאל פונ'ם משפט! דער משפט גייט זיך אנהייבן! ר' מענדל חזר'ט איבער די ווערטער נאכאמאל און נאכאמאל.
מ'האט עם אריינגעפירט אינ'ם ריזיגן זאל, און עם געהייסן זיצן אינ'ם שטוב פון די באשולדיגטער. [אין דעם זאל איז דא קליינע ווענט אזויווי א קליינעם שטיבל און דארט זיך דער וואס איז באשולדיגט]. פון ביידע זיינע זייט שטייען סאלדאטן מיט ארויסגעשטרעקטע שווערד, אבער ער שרעקט זיך נישט פון דעם, זיי טון זייער ארבעט.. דאס איז דעם טאג אויף וואס ער האט געווארט.. דעם טאג וואס סוף סוף וועט די וועלט זען אז אלע חשדות קעגן עם זענען הבל וריק, וואס איז אויפגעטראכט דורך די "שווארצע הונדערעט" כדי עם צו צושמעטערן. דער זאל האט אויסגעזען ווי עפעס א חגיגה.. עס איז פיל געווען מיט טויזנטער מענטשן וועלכע זענען געקומען פון אלע עקן פון רוסלאנד און פון ווייטערע לענדער. ווי אויך זענען דארט געווען אסאך גענעראלן וכו' אנגעטון מיט זייערע בליטשעדיגע אנצוגער און זייערע מעדאלן. עס זענען דארט געווען הונדערטער צייטונג-שרייבער, וועלכע זענען געקומען מכל רחבי תבל צו דעקן דעם משפט.
די אלע מענטשן פון די תביעה [אנקלאגן] האבן גערעדט איינער מיט'ן צווייטן, בשעת די שופטים, וועלכע זענען געזעצן אויפ'ן גרויסן בימה אינדערמיט, האבן זיך געגרייט אנצוהייבן. עס האט אויסגעזען ווי א גרויסן שפיל.. אין וואס א טייל זענען דארט צו ערפילן זייער תפקיד, און א טייל צו ערפילן זייער נייגעריגקייט. סיי אזוי און סיי אזוי אבער, איז אלעס שטיל געווארן אינ'ם רגע וואס ר' מענדל איז אריין אינ'ם זאל. זיין פלאץ איז געווארן דעם צענטער פון די גאנצע געביידע.
ר' מענדל האט זיך באטראכט אויף די "צוועלעף באשוואוירענע" וועלכע וועלן בפועל מחליט זיין דעם משפט. [אין אסאך מדינות - כולל אין ענגלאנד - זיצן ביי א משפט צוועלף מענטשן, וועלכע זענען נישט קיין שופטים וכדו', און זיי פסק'נען למעשה דעם פסק. די שופטים זענען די וואס נעמען צוזאם אלע עדיות וכו' און זיי פרובירן מדריך זיין די באשוואוירענע וויאזוי זיי זאלן דן זיין. די סיבות אויף דעם איז א שמועס פאר זיך]. ר' מענדל האט א קוק געטון אויף זיי און זיין הארץ איז געפאלן. זיין ערשטע רושם איז געווען אז עס איז נישטא קיין מעגליכקייט [ח"ו] אז זיי זאלן עם מזכה זיין. ער האט נישט געקענט גלייבן אז די באשוואוירענע זענען פשוט'ע פויערן, וועלכע וועלן זיכער נישט קענען פארשטיין און משיג זיין דעם קאמפליצירטע פרשה. [די ממשלה האט בכוונה מסדר געווען אז דאס זאלן זיין מוזשיק'ן, פויערן, וועלכע זענען שוין מסתמא אנגעקלעבט מיט שנאת ישראל]. אויב די באשוואוירענע וואלטן געווען אינטעליגענטע געלערנטע מענטשן, אזוי ווי ר' מענדל האט זיך פארגעשטעלט, וואלט מען געקענט האפן אז זיי וועלן שוקל זיין די ראיות ווען עס קומט למעשה, און וועלן אוודאי זען דורך די אפענע שקרים. אבער מוזשיק'ן! זיי וועלן דאך נישט פארשטיין די ערשטע ווארט פון די אדוואקאטן! ווי גרינג איז עס פאר די 'הויכע פענסטערס' צו באאיינפלוסן די פויערן אז דער יוד איז זייער שונא! אמת אז זיי זען פון די אנדערע זייט גרויסע חשוב'ע אדוואקאטן, אבער דאס קען דאך יעדער דינגען פאר זיך און דאס מיינט גארנישט, פון די אנדערע זייט אבער זענען פארהאן אזעלכע 'חשוב'ע' מענטשן.. גענעראלן, אנקלאגערס וכו' פון די גרעסטע אין לאנד. די מוזשיק'ן זענען דאך די ערשטע וואס וועלן גלייבן אזא שטות אז יודן נוצן בלוט פאר מצות.. אפשר גאר גלייבן זיי דאס שוין יעצט.. די רוסיש'ע תמימות איז באוויסט, ווי מער די זאך איז אפגעפרעגט גלייבט מען עס מער... ר' מענדל האט געלייגט זיין בטחון אינ'ם בורא עולם און געהאפט אויף גוטס.