מינקת רבקה
אויסזען
(אַריבערגעפֿירט פון מיניקת רבקה)

מינקת רבקה איז א מוסר ספר געשריבן אין דער יידישער שפראך דורך רבקה טיקטינער, און ווערט באטראכט אלס דאס ערשט באקאנטע אידישע ספר וואס איז געשריבן געווארן דורך א פרוי.[1][2] דאס ספר איז געשריבן געווארן פאר אידישע פרויען און איז א מוסר ספר וואס באהאנדלט פארשידענע ענינים פון א פרוי'ס לעבן און הנהגה. עס איז צוטיילט אין זיבן שערים.[3]
מינקת רבקה איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן אין פראג אין 1609, פיר יאר נאך רבקה טיקטינער'ס פטירה. א צווייטע מהדורה איז געדרוקט געווארן אין קראקע אין 1618.[4] די ארגינעלע אויסגאבעס זענען היינט זייער זעלטענע, און בלויז איינצעלע עקזעמפלארן זענען פארבליבן.[5]