לדלג לתוכן

מימאָלעט

פֿון װיקיפּעדיע
מימאָלעט

מימאָלעט (Mimolette) איז אַ קיילעכדיקער פראנצויזישער סאָרט פון קעז. מימאָלעט איז געמאַכט פון קו-מילך. זיין נאמען מימאָלעט שטאַמט פֿון פֿראַנצייזישן װארט "mimou", וואָס הייסט האַלב-ווייך. די פּראָדוקציע פֿון דעם קעז האט זיך מסתּמא אָנגעהויבן אין פֿראַנקרײַך אין 17טן יאָרהונדערט, אז זשאַן-באַפּטיסט קאָלבערט האט פארבאטן דעם אימפּאָרט פון חפצים און צווישן זיי אויך קעז פון האָלאַנד.

היינט ווערט ער מערסטנס פראדוצירט אין די צפֿון-פראווינצן פון פראנקרייך (למשל אין נארד-פא-דע-קאלע ).

מימאָלעט ווערט רייף צווישן צוויי חדשים און צוויי יאָר און האט אַ מילד-נוסיקן טעם און אַן אינטענסיוון אָראַנדזשן קאָליר. ווי ער ווערט עלטער, הייבט ער זיך אן אויסצוזעען ווי אַ לבנה צוליב די קליינע לעכלעך אדער "קראַטערלעך" אויפ דער גרויער שאל. אין די דאזיקע קראטערן לעבן מילבן פון דער מינים Acarus siro.