מיכאל פֿעלזענבאַום

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מיכאל פעלזענבאום)
מיכאל פֿעלזענבאַום
קיין פריי בילד
געבורט 1951 (אלט 73 בערך)
אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה אוקראינע, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך דיכטער, שרייבער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

מיכאל פֿעלזענבאַום (אויף רוסיש: Михо́эл Фельзенба́ум) איז אַ שרײַבער, פאָעט און אַ דראַמאַטורג ֹװאָס שרײַבט אױף ײדיש. ער איז געבאָרן געװאָרן אין 1951 אין וואסילקיוו, אוקראַיִנע.

לעבן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מיכאל פֿעלזענבאַום האָט געוואַקסן אין די בעסעראַבער שטאָט פֿלאָרעשט. ער האָט געלערנט צו זיין א טעאַטער דירעקטאָר, מוזיקאָלאגיע און געשיכטע פֿון קונסט אין לענינגראד. אין די יאָרן 1969 ביז 1973 האָט ער געאַרבעט ווי א דירעקטאָר אין דער נאַציאנאַלער טעאַטער אין בעלזא. דאָרטן האָט ער אָנגעפֿירט אַ פאָר פיעסעס אויף יידיש. ער איז געווען דער ערשטער פֿאָרזיצער פֿון די יידיש קולטור פֿאַרבאַנד.


זיין אַרבעט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאָך זיין עלייה קיין ישראל אין 1991 האָט פֿעלזענבאַום פובליקירט עטלעכע ביכער פֿון פאָעזיע און פראָזע. ער איז געווען איינער פֲון די גרינדערס פֿונעם אַלמאַנאַך נייע וועגן. ער האט פובליקירט אין אַ פאָר צייטשריפֿטן אויף יידיש: די גאָלדענע קייט (ישראל), די פען (אקספארד), אויפֿן שוועל און יידישע קולטור (ניו יארק). זיין ראָמאַן שבתדיקע שוועבעלעך איז איינער פֿון געציילטע ביכער וואס זיינען שייך צו דער פָאסט-מאדערניסטיש שטראָם אין ליטעראטור. אַ סך פֿון זיינע לידער זיינען איבערזעצט געוואָרן אין אַ סך שפראַכן ווי: רוסיש, דייטש, רומעניש, שפאַניש און יאַפאַניש.

זיינע ביכער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • עס קומט דער טאג: לידער. תל אביב, יידישער קולטור־געזעלשאפט, 1992.
  • א ליבע-רעגן : לידער. תל אביב, הוצאת י"ל פרץ, 1994.
  • דער נאכט־מלאך, תל אביב, הוצאת י"ל פרץ, 1997.
  • און איצט בין איך דיין ניגון. תל אביב, לייוויק־פאַרלאג, 1998.
  • שבתדיקע שוועבעלעך. תל אביב, ה. לייוויק פארלאג ביים פאראיין פון יידישע שרייבערס און זשורנאליסטן אין ישראל, 2005.
  • בענקשאַפֿט, לידער, תל אביב, מנורה פארלאג, 2007.
  • א ליבע נאכן טויט, דערציילונגען, תל אביב, מנורה פארלאג, 2009
  • געזעגענונג מיט דער קמיע: אשכּנזישע לידער, "מנורה", תּל-אָבֿיבֿ, 2010
  • אויפֿן הימל אַ יריד. קאָמישע פּיעסן, י.-ל.פּרץ-פֿאַרלאַג, תּל-אָבֿיבֿ, 2015
  • אַ שאָטן בײַם פֿענצטער, נאָוועלן און פּיעסן, י.-ל.פּרץ-פֿאַרלאַג, תּל-אָבֿיבֿ, 2015
  • ביאָגראַפֿיע פֿון אַ סענטימענטאַלער לבֿנה, אַוואַנטורע-נאָוועלן, "ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור, תּל-אָבֿיבֿ, 2017

איבערזעצונג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וואס ער האט איבערגעזעצט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • בנימין סקודיצקי, בשבילי החיים והמעש. תרגום מיידיש לעברית - מיכאל פלזנבאום. תל אביב : דורגרף, 2007. ‬

זיינע שריפטן וואס זיינען איבערגעזעצט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • Jiddische Texte, mit einer Einführung zur Jiddischen Literatur von Astrid Starck (сборник М. Фельзенбаума, Беринский, Лев Самуилович|Льва Беринского и Геннадия Эстрайха на немецком языке, под редакцией проф. Астрид Штарк, Universite de Haute Alsace), Solothurner Literaturtage: Золотурн, 2002.
  • Субботние спички (роман, перевёл с идиша Вэлвл Чернин), РИЦ Медиа Формат: Moscow, 2006.