מטבעות אין די צייטן פון חז"ל

פֿון װיקיפּעדיע
א פרוטה פון אגריפס דער ערשטער

א פרוטה איז געווען געמאכט פון קופער.

שעורה כסף איז ווערט צוויי פרוטות.

קורדנטיס אדער קונטרונק איז צוויי פרוטות אדער א פערטל איסר.

טריסית איז א דריטל איסר אדער איין און א דריטל שעורה כסף.

מסימס איז א האלבער איסר וואס איז צוויי שעורין אדער פיר פרוטות.

איסר אין חלק פון פיר און צוואנציג פון א דינר, א האלבע פונדיון, פיר שעורין און אכט פרוטות.

איסר האיטלקי = א זעכצנטל פון א דינר, זעקס שעורין און צוועלף פרוטות.

סלע מדינה א האלבע דנקא, א פנדיון, איינס פון צוועלף פון א דינר, אכט שעורין און זעכצן פרוטות.

מעא איין דנקא, א זעקסטל פון א דינר, זעכצן שעורין און צוויי און דרייסיג פרוטות.

גרה א קשיטה, גרמסין, איינס פון צוואנציג פון א שקל הקודש, א צענטל שקל חול, ניינצצן מיט א פיפטל שעורין, אכט און דרייסיג מיט צוויי פיפטל פרוטות.

אספרי א פערטל דינר, פיר און צוואנציג שעורין און אכט און פערציג פרוטות.

אסתירא איין טרעפעיקא, א האלבער דינר, אכט און פערציג שעורין און זעקס און ניינציג פרוטות.

רבע שקל דינר, זוז, זעקס מעין, פיר און צוואנציג איסרין, זעקס און ניינציג שעורין און הונדערט צוויי און ניינציג פרוטות.

מחצית השקל פון סוף צווייטן בית המקדש

בקע טבע, א פערטל אונקיא, צוויי דינרים, הונדערט צוויי און ניינציג שעורין און דריי הונדערט פיר און אכציג פרוטות.

שקל קודש סלע צורי, פיר דינרים, פיר זוזים, פיר און צוואנציג מעין, דריי הונדערט פיר און אכציג שעורין און 768 פרוטות.

שקל חול האלבע סלע צורי, צוויי דינרים, צוויי זוזים, צוועלף מעין, 192 שעורין און 384 פרוטות.

מנה איטלקי 25 שקלי חול און פופציג שקלי קודש.

דינר זהב 24 דינרי כסף אדער א האלבע אונקיא.

ליטרא הונדערט זוז אדער 25 דינרי זהב.

מנה פערציג שקלי קודש אדער אכציג שקלי חול.

ככר כסף 1500 שקלי חול, דריי טויזנט שקלי קודש און זעכציג מנה איטלקית.

ככר זהב 1500 שקלי חול פון גאלד אדער דריי טויזנט שקלי קודש פון גאלד.

תרטימר איז א האלבע מנה.