מוסטער רעדן:אריבערפירן

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

Jiddisch כ'פארשטיי נישט וואס דאס דארף צו באדייטן. כ'זעה אז דו האסט דאס צוגעלייגט דא, וואס איז דאס? --שמאלץ 13:34, 3 אַפּריל 2006 (UTC)[ענטפֿער]

כ'מיין אז א קעפל "דרייען מיטן פינגער" האט נישט קיין זינען צו זיין א קעפל אין א ענציקלאפעדיע, דערפאר (אויב איך בין גערעכט) דארף מען טרעפן א פאסיגע אנדערע ארטיקל וואס מען קען'ס דארט צולייגן.
דער מוסטער איז נאך נישט עקזיסט, מען דארף איר בויען. ►רוני◄ 13:49, 3 אַפּריל 2006 (UTC)[ענטפֿער]
כ'הער וואס דו זאגסט אבער איך קריג מיך מיט דיר, אן ענציקלאפעדיע איז נישט קיין ווערטערבוך, עס מעג עקזיסטירן לענגערע טיטלען. ביטע קאמאנטירן, ווייל אויב כ'וועל איינזען ביסט גערעכט וועל איך זיכער מאכן צו געבן קורצירע טיטלען פון היינט און ווייטער. --שמאלץ 14:43, 3 אַפּריל 2006 (UTC)[ענטפֿער]
אין א ענציקלאפעדיע פאסט טאקע לאנגערע טיטלען, אבער עס דארף זיין באקאנטע און באוווסטע קעפלעך, אבער אזא וויכטיגע טאוועלע וועגן דאס יידישע באפעלקערונג פאסט דאך געוויס צו זיין אין דאס קעפל "ייד", ווייל ווען איינער אינטרעסירט זיך איבער די יידן, וול ער דאך געוויס וויסן וויפל אידן זיינען דא איבער דער גארער וועלט. א שאד זאל אזא שיינע טאוועלע זיין פארוקט אין דער וויקי און מען וועט איר נישט ליינען ►רוני◄ 14:48, 3 אַפּריל 2006 (UTC)[ענטפֿער]
כ'האב די זעלבע זאך געטראכט, אבער קוקענדיג ווי אזוי די פארטאל איז געווען אויסגעשטעלט האב איך עס אזוי געלייגט, כ'וועל זען וואס צו טאן מיט אידן איבער דא גארער וועלט, אבער דרייען מיט די פינגער מיין איך איז גוט, אדרבה לאזמיר הערן עפעס א חידוש. א גרויסן דאנק פארן איבערארבייטן די אידן איבער די גארער וועלט, כאטש כ'האב טאקע א פאר יאר וויקי עקספיריענס (פאר א געוויסע אפען סאורס טעכנילאגיע) איז אבער רעכטס און לינקס נאך אלס שווער פאר מיר. אויך א דאנק פאר ניצן דעם ווארט באפעלקערונג, כ'האב געוויסט אז עס איז דא א בעסערע ווארט פאר דעם ווי פאפולאציע, כ'האב עס נאר נישט געקענט אפירקראצן. א דאנק. --שמאלץ 14:57, 3 אַפּריל 2006 (UTC)[ענטפֿער]