לדלג לתוכן

מוילאייזל

פֿון װיקיפּעדיע
א מוילאייזל אין טערקיי
א מוילאייזל שלעפט פעקלעך אין ארגענטינע

א מוילאייזל (Mule מיול) איז א סארט בהמה וואס ווערט געבוירן פון א צוזאמענשטעל צווישן אן אייזל מיט א פערד. מער פונקטליך רעדט מען דא ווען א זכר אייזל (וואס מען רופט אויף ענגליש א "זשעק") פארבינדט זיך מיט א קליאטשע. כאטש וואס פערד און אייזלען זענען צוויי אינגאנצן אנדערע מינים און פארמאגן אן אנדערע צאל כראמאזאנען, דער סארט מוילאייזל איז פֿיל מער מצוי ווי פֿארקערט, א מוילאייזל געבוירן פון אן אָגער מיט אן אייזלקע, סיי ווייל מען קען אים גרינגער פראדוצירן און סיי ווייל ער איז א שטארקער ארבעטער.

מוילאייזלען קומען אין גאר א ברייטע אויסוואל פון גרייסן, און מ'קען זיי געפֿינען אין סיי וועלכער קאליר וואס עס עקזיסטירט ביי פערד אדער אייזלען. זיי זענען באקאנט אלס מער געדולדיג, שטארק און קרעפֿטיג, און זיי לעבן לענגער ווי פערד. בדרך כלל ווערן זיי פאררעכנט אלס ווייניגער עקשנות'דיג און פיל קלוגער ווי אייזלען.