מארטא רעדט

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מארטע רעדט)

מארטא רעדט (ענגליש: Martha Speaks) איז א געמאהלן 1992 קינדער בוך פון סוזאן מעדא. עס איז דאס ערשטע פון א סעריע פון זעקס ביכער וועגן דעם הויפט כאראקטער מארטא.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס בוך האנדלט זיך איבער א צען יעריג מיידל מיטן נאמען העלען פיני, וואס האט געפיטערט איר גאלדען ריטריווער הונטין מארטא א טייל אלפאבעט זופ און עפעס מאדנע האט געטראפן. די זופ געגאנגען צו מארטא'ס געהירן, אנשטאט איר מאגן. ווען די אותיות גייען אריין אין איר האלדז, האבן זיי פארלארן זייער וועג, און זענען געפארן צו איר מח. דאס האט געגעבן מארטא די מעגלעכקייט צו רעדן.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]