מאנהעטן טיימס

פֿון װיקיפּעדיע

די מאנהעטן טיימס (ענגליש: "Manhattan Times") איז א אומזיסטע צוויי שפראכיגע וועכנטליכער צייטונג, געגרינדעט אין 1999, וועלכער סערווירט עטליכע געגנטער אין צפון מאנהעטן.

די צייטונג ערשיינט יעדן מיטוואך און איז צו געפינען אין די ספעציעלע שמאלע צייטונג האלטער'ס לענגאויס די גאסן פון וואשינגטאן הייטס, אינוואד, הארלעם און מזרח הארלעם.

די צייטונג באשטייט פון ארטיקלען און נייעס אין אינטרעסע פון די לאקאלע געמיינדע געשריבן אין ענגליש און אין שפאניש, מערסטנס די זעלבע ארטיקלען זייט ביי זייט.

מען קען אויך אבאנירן פארן צייטונג, וועלכע ווערט געשיקט נאר צו אדרעסן אין מאנהעטן פארן שפאט ביליגן פרייז פון צעהן דאלער א יאהר.

אויף זייער וועב זייטל האבן זיי פרישע נייעס טעגליך.

וועב לינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]