לדלג לתוכן

מאיר שיף

פֿון װיקיפּעדיע

רבי מאיר שיף (מהר"ם) (געבּוירן 1608 - געשטארבּן 1644) איז געווען א למדן אין דייטשלאנד, רב און ראש ישיבה אין פולדא. ער איז געווען דער מחבר פון חידושים אויף ש"ס מיטן נאַָמען "מהר"ם שי"ף" וועלכע זענען געשריבּן אין אַ קורצן שווערן סטיל, און דאָס פארשטיין אַ "שווערן מהר"ם שיף" האָט זיך גערעכנט צווישן ישיבה בחורים אַלס אַ גרויסע זאך.