מאטל דער אפרייטער

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מאָטל דער אָפּרייטער איז א 1939 (אדער 1940) שווארץ און ווייס אמעריקאנער דראמע טראגישע פילם געשפילט אין די יודישע שפראך.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

מאטל פרידמאן איז א שניידער אין איינע פון די גרויסע פאבריקן וואס סטרייקן צוליב די שווערע ארבעטס באדינגונגען.

ער ווערט פארוואונדעט דורכן באלעבאס און פאלט אריין אין א קאמא. זיין ווייב אסתר, נישט האבנדיג קיין געלט צו שפייזן זייער זוהן דזשעקי, ווערט געצוואונגען דורך מיסטער ראזענוואלד איהם צו פארקויפן פאר א קינדערלאזער פאמיליע.

פון גרויס צער נעמט זי זיך צו דאס לעבן.

ווען מאטל כאפט זיך ענדליך אויף, טרעפט ער גארנישט און בלייבט היימלאז אויף די גאסן פארקויפנדיג בלומען פאר א ניקל כדי זיך צו שפייזן.

יאהרן שפעטער טוהט מר. ראזענוואלד שאנטאזשירן די נייע עלטערן פון דזשעקי, וועלכער איז אויסגעשטיגן אן אדוואקאט, סטראשענדיג אז אויב מ'גיבט איהם נישט קיין געלט וועט ער איהם זאגן אז ער איז נישט זייער גענעטישער זוהן פון געבורט.

שפילער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]