מאלעוו
אויסזען
(אַריבערגעפֿירט פון מאגילעוו)
מאָלעוו, אָדער מאָגילעוו, איז אַ שטאָט אין מזרח בעלארוס/רייסן. עס געפינט זיך אויף דער דניעפּער טייך, אן ערך 76 קילאָמעטער פון דעם גרענעץ מיטן סמאָלענסק אָבלאסט אין רוסלאַנד. אין 2025 איר באַפעלקערונג נעמט אריין 352,896 מענטשן. מאלעוו פירט זיך ווי דער אַדמיניסטראַטיווער צענטער פון מאָגילעוו ראיאן, און איז היינט די דריט-גרעסטע שטאט אין בעלארוס.
מאלעוו האט געהאט א גרויסע אידישע באפעלקערונג. אין 1897, האט מאלעוו 21,500 אידן, פון א גאנץ באפעלקערונג פון 41,100 מענטשן (ד"ה, מער ווי פופציק פראצענט זיינען געווען דעמאלט אידן). די נאציס ימ"ש האבן אומגעבראכט שיער ניט אלע אידן דארטן.
דוד פינסקי איז געבארן געווארן אין מאלעוו אין 1900.