מאא צעטאנג

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

מאַא צעטאנג (כינעזיש: 毛泽东; ‏, 26סטן דעצעמבער 1893 - 9טן סעפטעמבער 1976), איז געווען א כינעזער פאליטיקער, הערשער פון דער מענטשנ'ס רעפובליק פון כינע אין די יארן 1949 - 1976. אין זיין אמט פון פארזיצער פון דעם צענטראלן קאמיטעט פון דער קאמוניסטישער פארטיי פון כינע פון 1943 און ווייטער האט ער געפירט די קאמוניסטישע פארטיי מיט דערפאלג צו דער הערשאפט אין כינע נאכן כינעזער בירגערקריג.

אין די 1960ער יארן, האט מאא געוואלט ענדערן אלץ וועגן כינע. צוליב דעם האט ער געצוואונגען מענטשן צו ענדערן זאכן גאר גיך, כאטש זיי האבן נישט געוואלט. ער האט דורכגעפירט זיינע ענדערונגען אין לאנד דורך דער קולטורעלער רעוואלוציע. מאא און זיינע שטיצער, די רויטע וועכטער, האבן באשטראפט יעדן איינעם וואס האט גערעדט קעגן מאא און קעגן דער רעוואלוציע.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

יונגע יארן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די סינהאי רעוואלוציע: 1911–1912[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אין 1911, האט מאא איבערגעצייגט זיין פאטער ער זאל אים לאזן לערנען אין מיטלשולע אין דער שטאט טשאנגשא.[1][2][3] יענע צייט, איז די שטאט געווען א רעוואלוציאנערע ספעקטע, מיט פארשפרייטער קעגנשאפט צום קייסער פואיי (1906–1967). כאטש טייל האבן געהאלטן פון א טראנזיציע צו א קאנסטיטוציאנעלער מאנארכיע, רוב רעוואליוצאנערן האבן געזוכט רעפובליקאניזם], האפנדיק איבערצוקערן דעם קייסער און וויילן דעמאקראטיש א פרעזידענט. דער וואס האט געפירט די דאזיקע באוועגונג איז געווען דאקטער סון יאט-סען (1867–1925), וואס האט געוויילט א שטיק צייט אין די פאראייניגטע שטאטן און האט פארוואנדלט זיין גלויבן צו קריסטנטום.[4] אין טשאנגשא האט מאא געליינט סונס צייטונג, דעם פאלקס קראפט (מין-לין-פאַא), און דאס האט אים שטארק באאיינפלוסט[5][6]

שוין יענע יאר האבן די כינעזישע מיליטערישע קראפן, אינספירירט פון די רעפוליקאנישע שיטות פון סון, אויפגעשטאנען קעגן דעם קייסער אריבער דרום כינע, וואס האט אנגעהויבן די סינהיי רעוואלוציע. מאא האט געהאט חשק צו שטיצן די רעוואלוציע, און האט זיך פארבינדן מיט דער אויפשטענדלער ארמיי ווי א פראסטער זעלנער. נאך דער סינהיי רעוואלוציע האט מאא רעזיגנירט פון דער ארמיי אין 1912, נאך זעקס מאנאטן וואס ער איז געווען א זעלנער.[7][8][1][9]


רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. 1.0 1.1 Feigon, Lee (2002). Mao: A Reinterpretation. Chicago: Ivan R. Dee. ISBN 978-1566634588. 
  2. ציטירן גרײַז: אומגילטיגער <ref> טאַג; קיין טעקסט נישט געשריבן פֿאַר רעפֿערענצן מיטן נאָמען Schram_1966._p._26
  3. Carter 1976. p. 17.
  4. Carter 1976. pp. 18–19.
  5. Schram 1966. p. 27.
  6. Carter 1976. p. 19.
  7. Schram 1966. p. 34.
  8. Carter 1976. p. 23.
  9. Chang and Halliday 2005. p. 11.