מ"ר מענער

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מ"ר מענער (ענגליש: Mr. Men) איז אַ סעריע פֿון קינדער ביכער פֿונעם בריטישער שרייבער ראָדזשער האַרגריווס וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אין 1971. זינט 1981 איז אַ צווייטע סעריע מיטן נאָמען קליינע פּאַניעס (Little Miss) וועגן פֿרויען כאַראַקטערן פּובליצירט געוואָרן. אַן ענלעכע סעריע מיטן נאָמען "טימבאַקטו" מיט בעלי חיים כאַראַקטערן איז געשריבן געוואָרן אין 1978. נאָכן טויט פֿון האַרגריווס אין 1988 האָט זיין זון אַדם האַרגריווס אָנגעהויבן שרייבן און צייכנען נייע "מ"ר מענער" און "קליינע פּאַניעס" מעשיות.

יעדע בוך אין די אָריגינעלע "מ"ר מענער" און "קליינע פּאַניעס" סעריעס האָט באַוויזן אַ פֿאַרשידענע קעפּל-כאַראַקטער מיט זיין/איר הויפּט פּערזענלעכקייט שטריך איבערצוגעבן אַ פּשוטן מוסר השכל. די "מ"ר מענער" און "קליינע פּאַניעס" כאַראַקטערן זײנען אָפֿט צוריקגעקומען אין ביכער וועגן אַנדערע כאַראַקטערן. אין 2015 זענען געווען 85 "מ"ר מענער" און "קליינע פּאַניעס" כאַראַקטערן אין די סעריע. די פּשוטע געשיכטעס פֿון די ביכער מיט העלע, אַקצענטירטע אילוסטראַציעס האָבן זיי געמאַכט גאָר פּאָפּולער, און עס האָבן זיך פֿאַרקויפֿט העכער אַ הונדערט מיליאָן קאָפּיעס אין 28 מדינות.

פארמאט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

יעדע בוך האָט אַ קעפּל בלאַט, צווישן 16 און 18 טעקסט בלעטער און צווישן 15 און 17 קאָלירטע אילוסטראַציעס געמאָלט מיט אַ מאַרקירער. די ביכער האָבן אַ האַרטן איינבונד און זענען 14 x ‏12.6 צענטימעטער אין גרייס.

פאסירונג ארט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די ביכער פּאַסירן אין אַ פֿיקטיוון אוניווערס מיטן נאָמען "מיסטערלאַנד", אין וועלכער די מ"ר מענער און קליינע פּאַניעס לעבן צוזאַמען מיט אַ טייל נאָרמאַלע מענטשן כאַראַקטערן ווי געשעפֿט-היטערס, דאָקטוירים און פּאָסט-טרעגערס. עס אויך זענען דאָ בעלי חיים, צווישן זיי אַ וואָרעם מיטן נאָמען וואָלטער. די כאַראַקטערן זענען מענטשלעך אין אויפֿפֿיר און שטריכן.

ליסטע פון ביכער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

פֿאָלגנד איז אַ ליסטע פֿון די ביכער מיט זייערע ענגלישע נעמען און ערשטע פּובליקאַציע יאָרן. עס זענען דאָ אַ סאַך איבערזעצונגען אויף שפּראַכן ווי פֿראַנצויזיש, שפּאַניש, דייטש, פּאָרטוגעזיש, האָלענדיש, גריכיש, איסלאַנדיש, העברעאיש, מאַנדאַרין כינעזיש, קאָרעיש, איריש און נאָך.

"מ"ר מענער" סעריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • "מ"ר קיצל" (Mr. Tickle; אויגוסט 1971)
  • "מ"ר גיריק" (Mr. Greedy; אויגוסט 1971)
  • "מ"ר פֿריילעך" (Mr. Happy; אויגוסט 1971)
  • "מ"ר לאַנגנאָז" (Mr. Nosey; אויגוסט 1971)
  • "מ"ר ניס" (Mr. Sneeze; אויגוסט 1971)
  • "מ"ר בוכץ" (Mr. Bump; אויגוסט 1971)
  • "מ"ר שניי" (Mr. Snow; נאָוועמבער 1971)
  • "מ"ר אומציכטיק" (Mr. Messy; אויגוסט 1972)
  • "מ"ר קאַפּויער" (Mr. Topsy-Turvy; אויגוסט 1972)
  • "מ"ר נאַריש" (Mr. Silly; אויגוסט 1972)
  • "מ"ר שטאָלץ" (Mr. Uppity; אויגוסט 1972)
  • "מ"ר קליין" (Mr. Small; אויגוסט 1972)
  • "מ"ר פֿאַרחלומט" (Mr. Daydream; אויגוסט 1972)
  • "מ"ר פֿאַרגעסיק" (Mr. Forgetful; יאַנואַר 1976)
  • "מ"ר דזשעלי" (Mr. Jelly; יאַנואַר 1976)
  • "מ"ר טומלדיק" (Mr. Noisy; יאַנואַר 1976)
  • "מ"ר פֿויל" (Mr. Lazy; יאַנואַר 1976)
  • "מ"ר שפּאַסיק" (Mr. Funny; יאַנואַר 1976)
  • "מ"ר קאַרג" (Mr. Mean/Stingy; יאַנואַר 1976)
  • "מ"ר פּלאַפּלער" (Mr. Chatterbox; יאַנואַר 1976)
  • "מ"ר פּעדאַנט" (Mr. Fussy; אַפּריל 1976)
  • "מ"ר שפּרונג" (Mr. Bounce; אַפּריל 1976)
  • "מ"ר צעחושט" (Mr. Muddle; אַפּריל 1976)
  • "מ"ר געדריי" (Mr. Dizzy; אַפּריל 1976)
  • "מ"ר אוממעגלעך" (Mr. Impossible; אַפּריל 1976)
  • "מ"ר שטאַרק" (Mr. Strong; אַפּריל 1976)
  • "מ"ר בייז" (Mr. Grumpy; מערץ 1978)
  • "מ"ר לעפּיש" (Mr. Clumsy; מערץ 1978)
  • "מ"ר שטיל" (Mr. Quiet; מערץ 1978)
  • "מ"ר אייליק" (Mr. Rush; מערץ 1978)
  • "מ"ר הויך" (Mr. Tall; מערץ 1978)
  • "מ"ר זאָרגנדיק" (Mr. Worry; מערץ 1978)
  • "מ"ר נאַרישקייט" (Mr. Nonsense; מערץ 1978)
  • "מ"ר טעותדיק" (Mr. Wrong; מערץ 1978)
  • "מ"ר מאָגער" (Mr. Skinny; מערץ 1978)
  • "מ"ר לייכטזיניק" (Mr. Mischief; מערץ 1978)
  • "מ"ר קלוג" (Mr. Clever; מערץ 1978)
  • "מ"ר פֿאַרטאָן" (Mr. Busy; מערץ 1978)
  • "מ"ר לאַנגזאַם" (Mr. Slow; מערץ 1978)
  • "מ"ר ניטל" (Mr. Christmas; ‏1984)
  • "מ"ר העלדיש" (Mr. Brave; ‏1990)
  • "מ"ר מרוקער" (Mr. Grumble; מיי 1990)
  • "מ"ר פּערפֿעקט" (Mr. Perfect; מיי 1990)
  • "מ"ר לוסטיק" (Mr. Cheerful; מיי 1990)
  • "מ"ר דערשטוינט" (Mr. Cool; אַפּריל 2003)
  • "מ"ר פֿרעך" (Mr. Rude; אַפּריל 2003)
  • "מ"ר גוט" (Mr. Good; סעפּטעמבער 2003)
  • "מ"ר קיינער" (Mr. Nobody; ‏1985/מערץ 2010)
  • "מ"ר ניטל" (Mr. Christmas; ‏2002)
  • "מ"ר געבורטסטאָג" (Mr. Birthday; ‏2006)
  • "מ"ר וואָנצע" (Mr. Mo; ‏2013)
  • "מ"ר הערלעך" (Mr. Marvellous; ‏2016)
  • "מ"ר אַוואַנטורע" (Mr. Adventure; ‏2017)

"קליינע פאניעס" סעריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • "קליינע פּאַניע באַפֿעלנדיק" (Little Miss Bossy; סעפּטעמבער 1981)
  • "קליינע פּאַניע שטיפֿעריש" (Little Miss Naughty; סעפּטעמבער 1981)
  • "קליינע פּאַניע ריין" (Little Miss Neat; סעפּטעמבער 1981)
  • "קליינע פּאַניע זונשיין" (Little Miss Sunshine; סעפּטעמבער 1981)
  • "קליינע פּאַניע פּיצעלע" (Little Miss Tiny; סעפּטעמבער 1981)
  • "קליינע פּאַניע צרה" (Little Miss Trouble; סעפּטעמבער 1981)
  • "קליינע פּאַניע העלפֿיק" (Little Miss Helpful; סעפּטעמבער 1981)
  • "קליינע פּאַניע צויבער" (Little Miss Magic; סעפּטעמבער 1981)
  • קליינע פּאַניע שעמעוודיק" (Little Miss Shy; סעפּטעמבער 1981)
  • "קליינע פּאַניע הערלעך" (Little Miss Splendid; סעפּטעמבער 1981)
  • "קליינע פּאַניע זוימעדיק" (Little Miss Late; סעפּטעמבער 1981)
  • "קליינע פּאַניע צעחושט" (Little Miss Scatterbrain; סעפּטעמבער 1981)
  • "קליינע פּאַניע גיריק" (Little Miss Greedy/Plump; סעפּטעמבער 1981)
  • "קליינע פּאַניע פֿאַרלאַכנדיק" (Little Miss Giggles; ‏1984)
  • "קליינע פּאַניע צווילינג" (Little Miss Twins; ‏1984)
  • "קליינע פּאַניע פּלאַפּלערין" (Little Miss Chatterbox; יאַנואַר 1984)
  • "קליינע פּאַניע לייכטזיניק" (Little Miss Dotty/Ditzy; ‏1984)
  • "קליינע פּאַניע גליקלעך" (Little Miss Lucky; ‏1984)
  • "קליינע פּאַניע שטערן" (Little Miss Star; ‏1984)
  • "קליינע פּאַניע מיעניש" (Little Miss Fickle; ‏1984)
  • "קליינע פּאַניע פֿאַרקערט" (Little Miss Contrary; פֿעברואַר 1984)
  • "קליינע פּאַניע פֿאַרטאָן" (Little Miss Busy; יאַנואַר 1990)
  • "קליינע פּאַניע שנעל" (Little Miss Quick; ‏1990)
  • "קליינע פּאַניע קלוג" (Little Miss Wise; ‏1990)
  • "קליינע פּאַניע ציכטיק" (Little Miss Tidy; ‏1990)
  • "קליינע פּאַניע געבילדעט" (Little Miss Brainy; יאַנואַר 1990)
  • "קליינע פּאַניע פֿאַרביסן" (Little Miss Stubborn; ‏1990)
  • "קליינע פּאַניע נייגעריק" (Little Miss Curious; ‏1990)
  • "קליינע פּאַניע מחיה" (Little Miss Fun; ‏1990)
  • "קליינע פּאַניע סאַלטאָ" (Little Miss Somersault; ‏1990)
  • "קליינע פּאַניע שרעקלעך" (Little Miss Scary; אַפּריל 2003)
  • "קליינע פּאַניע שלעכט" (Little Miss Bad; אַפּריל 2003)
  • "קליינע פּאַניע אופּס" (Little Miss Whoops; סעפּטעמבער 2003)
  • "קליינע פּאַניע פּרינצעסין" (Little Miss Princess"; מערץ 2011)
  • "קליינע פּאַניע ניטל" ("Little Miss Christmas"; ‏2005)
  • "קליינע פּאַניע געבורטסטאָג" (Little Miss Birthday; ‏2006)
  • "קליינע פּאַניע טוליע" (Little Miss Hug"; מיי 2014)
  • "קליינע פּאַניע פּרעכטיק" (Little Miss Fabulous; ‏‏2016)
  • "קליינע פּאַניע ערפֿינדערין" (Little Miss Inventor; ‏‏2018)
  • "קליינע פּאַניע וואַלענטין" (Little Miss Valentine; ‏‏2019)

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]