לדלג לתוכן

וולאדימיר לענין

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון לענין)
וולאדימיר לענין
Владимир Ильич Ленин
געבורט 22 אפריל 1870
Q862079, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 21 יאנואר 1924 (אלט 53)
רוסישע סאוועטן פעדעראטיווע סאציאליסטישע רעפובליק, סאוועטן פארבאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה סאוועטן פארבאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך פאליטיקער, רעוואלוציאנער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
וולאדימיר לענין, יולי 1920

וולאַדימיר איליִיטש אוליאַנאָוו (רוסיש: Влади́мир Ильи́ч Улья́нов), באַקאַנט מיטן נאָמען לענין (Ленин)‏, (22סטן אַפריל 1870[1]21סטן יאַנואַר 1924) איז געווען א רוסישער קאָמוניסטישער רעוואלוציאנער, פאליטיקער און פאליטישע טעאריסט. ער איז געווען דער פֿירער פֿון דער באָלשעוויסטישער פּאַרטיי. ער איז געווען דער ערשטער ראש מלוכה פון סאוועטישן רוסלאנד פון 1917 ביז 1924, און פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פון 1922 ביז 1924. אונטער זיין אדמיניסטראציע איז רוסלאנד און דער סאוועטן־פארבאנד געווארן אן איין־פארטייאישע קאמוניסטישע מדינה רעגירט דורך דער רוסישער קאמוניסטן פארטיי. ער איז געווען אידעאלאגיש א מארקסיסט, און האט אנטוויקלט פאליטישע טעאריעס וואס מען רופט לעניניזם.

לענין איז געבוירן געווארן דעם 22סטן אפריל 1870 אין דער שטאט סימבירסק אין דער רוסלענדישער אימפעריע. זיין מוטער מאריא אלעקסאנדראוונא בלאנק, א טאכטער פון א דייטש־שוועדישער מוטער און א רוסיש־יידישן פאטער וואס האט זיך געשמד׳ט, איז געווען א לערערקע אין א שולע, און זיין פאטער איז געווען א בילדונגס באאמטער.

אין הויכשולע האט לענין געלערנט לאטייניש און גריכיש און ער האט אנגעהויבן שטודירן פאליטיק. אין 1887 איז ער געווען א סטודענט אין קאזאן שטאטס אוניווערסיטעט, און מען האט אים ארויסגעווארפן ווייל ער האט פראטעסטירט קעגן דעם צאר פון דער רוסלענדישער אימפעריע. אין יענעם יאר האט די רעגירונג געהאנגען זיין ברודער אלעקסאנדער פאר זיין טייל אין אן אינטריגע צו דערהרג׳ענען דעם צאר אלעקסאנדער דער דריטער, און מען האט דעפארטירט זיין שוועסטער אנא קיין טאטארסטאן. לענין איז געווארן גוט אויפגערעגט און ער האט צוגעזאגט אז ער וועט נעמען נקמה פאר זיין ברודער׳ס טויט.

נאכהער האט ער שטודירט אליין און אין 1891 האט ער באקומען א ליצענץ צו ווערן אן אדוואקאט.

בילד פון לענין ווען מען האט אים ארעסטירט

בשעת ווען לענין האט שטודירט געזעצן אין פעטערבורג האט ער געלערנט וועגן די שריפטן פון קארל מארקס און פרידריך ענגלס, ביידע פילאסאפן פון דייטשלאנד. אין רוסלאנד איז געוואן פארבאטן צו רעדן אדער שרייבן וועגן מארקסיזם, די שיטה פון קארל מארקס, און לענין איז געווארן ארעסטירט פאר שטודירן און פארשפרייטן מארקסיזם. אין פעברואר 1897 האט מען אים פאראורטיילט, אן א פראצעס, צו דריי יאר גלות אין מזרח סיביר. מ׳האט אים געגעבן א פאר טעג אין פעטערבורג איידער ער גייט אין גלות, און ער האט אויסגעניצט די צייט זיך צו טרעפן מיט די סאציאל־דעמאקראטן. זיין רייזע קיין סיביר האט געדויערט 11 וואכן, פאר א גרויסן טייל פון דער צייט איז ער געפארן מיט זיין מוטער און שוועסטער.

אין יולי 1898, ווען ער איז נאך געווען אין סיביר, האט לענין געהייראט נאדעזשדא קרופסקאיא. אין 1899 האט ער געשריבן דאס בוך די אנטוויקלונג פון קאפיטאליזם אין רוסלאנד. אין 1900, האט מען באפרייט לענין און מ׳האט אים געלאזט צוריקגיין אהיים. דערנאך איז ער ארומגעפארן אייראפע. ער האט אנגעהויבן פארעפנטלעכן א מארקסיסטישע צייטונ גערופן איסקרא (רוסיש פאר ״פֿינק״ אדער ״בליץ״). אויך איז ער געווארן א חשובער מיטגליד אין דער רוסישער סאציאל־דעמאקראטישער פארטיי. יאן יולי 1903 האט די פארטיי געהאלטן איר צווייטן קאנפערענץ אין לאנדאן. ביים קאנפערענץ האט אויסגעבראכן א מחלוקת צווישן די נאכפאלגער פון לענין און די נאכפאלגער פון יוליוס מארטאוו, איינער פון די אנדערע פירער פון דער פארטיי. מארטאוו האט געהאלטן אז מיטגלידער זאל קענען האלטן דיעות אנדערש ווי דער פארטיי פירערשאפט; לענין האט געהאלטן פארקערט אז די פירערשאפט דארף זיין שטרענג. לענינ׳ס שטיצער זענען געווען דער רוב, און לענין האט זיי גערופן די ״מאיאריטארן״ (באלשעוויקי אויף רוסיש); פון דערקעגן האט מארטאוו גערופן זיינע נאכפאלגער די ״מינאריטארן״ (מענשעוויקי אויף רוסיש).

אין 1907 איז ער ארומגעפארן איבער אייראפע נאכאמאל און האט געטראפן פיל סאציאלישטישע געשעענישן. ביי דער ערשטער וועלט-מלחמה האט ער געוואוינט אין גרויסע אייראפעאישע שטעט ווי לאנדאן, פאריז און גענף.

אין פעברואר 1917 האט אויסגעבראכן אין פעטערבורג—וואס דעמאלסט האט געהייסן פעטראגראַד זייט דעם אנהייב פון דער ערשטער וועלט-מלחמה—די פעברואר-רעוואלוציע ווען אינדוסטריעלע ארבעטער האבן געשטרייקט צוליב א מאנגל אין עסן און שלעכטע באדינגונגען אין די פאבריקן. אזוי ווי די שטרייק האט זיך פארשפרייט איבער רוסלאנד האט דער צאר ניקאליי דער צווייטער מורא געהאט און האט אבדיקירט פון זיין טראן. דער שטאַט דומאַ האט איבערגענומען די הערשאפט פונעם לאנד און האט אויפגעשטעלט א פראוויזארישע רעגירונג וואס האט פארוואנדלט די אימפעריע אין א נייער רוסישער רעפובליק .[2] ווען לענין האט געהערט דערפון פון זיין ארט אין דער שווייץ, האט ער געפרייט מיט אנדערע דיסידענטן.[3] ער האט באשלאסן אז ער פארט צוריק אין רוסלאנד צו פירן די באלשעוויקן, אבער ס׳איז געווען גאר שווער אריינפארן אין לאנד צוליב דעם קאנפליקט. ער האט ארגאניזירט מיט אנדערע דיסידענטן א פלאן צו פארהאנדלען וועגן א דורכפאר אדורך דייטשלאנד, מיט וועמען רוסלאנד האט דעמאלסט געהאלטן מלחמה. די דייטשן האבן געכאפט אז די דאזיקע דיסידענטן וועלן שאפן פראבלעמען פאר זייערע רוסישע שונאים, און דערפאר האט די דייטשע רעגירונג איינגשטימט צו לאזן 32 רוסישע בירגער פארן אין א ״געזיגלטן״ באן וואגן אדורך זייער טעריטאריע, צויישן זיי לענין מיט זיין ווייב.[4] די גרופע איז געפארן אויף דער באן פון ציריך קיין זאסניץ, און פון דארט מיט א פראם קיין טרעלעבארג, שוועדן, און פון דארט ווייטער קיין העלסינקי פון וואנעט זיי האבן גענומען א באן קיין פעטראגראד.[5]

לענין איז צוריק קיין רוסלאנד וואו ער איז נאך געווען א וויכטיקער אנפירער פון די באלשעוויקן. ער האט געשריבן אז ער ווילל א רעוואלוציע דורך פשוטע ארבעטער איבערצוקערן די רעגירונג וואס האט איבערגענומען פון ניקאליי דער צווייטער.

אין 1917, האבן די קאדעטס, א פארטיי פון די רעכטע, און אויך עלעמענטן פון די אכראנע (געהיימע פאליציי) פארשפרייט שמועות אז לענין האט באקומען געלט פון די דייטשן, זעענדיק אז ער איז אדורכגעפארן דייטשלאנד אנצוקומען אין רוסלאנד. דאס איז געווען נישט גוט פאר אים אזוי ווי א סך רוסן זענען געהרג׳עט געווארן קעמפן דייטשלאנד ווערנט דער מלחמה. נאך די ״יולי טעג״, א פאפולערע אויפשטאנד אין פעטראגראד וואס די פראוויזיאנעלע רעגירונג האט צעבראכן, האט לענין פארלאזט רוסלאנד און ער איז געגאנגען אין פינלאנד, וואו ער האט זיך געקענט באהאלטן און ווייטער ממשיך זיין מיט זיין ארבעט פאר קאמוניזם.

אין אקטאבער 1917, האבן די באלשעוויקן, אונער לענין און טראצקי, געפירט דעם פעטראגראד סאוועט און אנדערע סאוועטן איבער גאנץ רוסלאנד אין א רעוואלוציע קעגן קערענסקי׳ס רעגירונג, וואס זיי האבן גערופן די אקטאבער רעוואלוציע. זיי האבן איבערגעקערט די רעגירונג, און האבן געמאלדן רוסלאנד ווי א סאציאלישטיש לאנד. אין נאוועמבער האט מען באשטימט לענין דער אנפירער פון לאנד.

די פריערדיקע ״פראוויזארישע רעגירונג״ האט געהאט איינגעשטימט אז מען זאל וויילן א גרינדונגס־פארזאמלונג אין נאוועמבער 1917; ווען לענין האט באקומען די מאכט האט לענין – וויסנדיק אז די באלשעוויקן גאנץ מעגלעך וועלן נישט באקומען א מערהייט – געוואלט אפלייגן די דאזיקע וואלן, אבער אנדערע באלשעוויקן האבן נישט מסכים געווען, אן די וואלן זענן אדורכגעגאנגען לויטן פלאן.[6] אין די וואלן פאר דער גרינדונגס־פארזאמלונג, זענען די סאציאליסטישע רעוואלוציאנערן געווארן די גרעסטע פארטיי, און די באלשעוויקן די צווייטע פארטיי מיט אומגעפער א פערטל פון די שטימען.[7] לויט לענינ׳ס ביאגראפיסט דוד שוב, איז דאס געווען "די פֿרייעסטע וואלן אין [רוסלאנד׳ס] היסטאריע״ ביז יענער צייט.[8] ביי די וואלן האבן די באלשעוויקן באקומען זייערע בעסטע רעזולטאטן אין די שטעט , אינדוסטריאלע שטחים און מיליטערישע גארניזאנען אין דעם צענטער פון רוסלאנד, און זייער מעלדונג קעגן דער מלחמה איז געווען שטארק פאפולער מיט די סאלדאטן און מאטראסן.[9] לענין און אנדערע שטיצער האבן געהאלטן אז די וואלו זענען נישט געווען אן אמת׳דיקע אפשפיגלונג פון דעם רוסישן פאלק׳ס דעמאקראטישן רצון, און זיי האבן געגלויבט אז די באפעלקערונג האט נאך נישט געהאט גענוג צייט צו באקענען דעם פאליטישן פראגראם פון די באלשעוויקן. די ניי געוויילטע רוסישע גרינדונגס־פארזאמלונג איז צוזאמען געקומען אין פעטראגראד אין יאנואר 1918.[10] די באלשעוויקן האבן גע׳טענה׳ט אפיציעל אז די גרינדונגס־פארזאמלונג איז קעגן־רעוואלוציאנער, ווייל זי האט געזוכט אוועקנעמען דעם מאכט פון די סאוועטן; די מענשעוויקן און סאציאלישטישע־רעוואלוציאנערן האבן געלייקנט.[11] ווען מען האט מארשירט לטובת דער אין פעטראגראד האבן די זעלנער געשאסן אויף זיי, און עטלעכע מענטשן זענען געהרג׳עט געווארן.[12]

די באלשעוויקן האבן געוואלט דיסקרעדיטירן די פארזאמעלונג און האבן פארגעלייגט א פארגעשלאג וואס וואלט אוועקגענומען פון דער פארזאמלונג א גרויסן טייל פון זייערע געזעצלעכע מאכטן; די מיטגלידער פון דער פארזאמלונג האבן ארויסגעווארפן דעם פארשלאג. די באלשעוויקע רעגירונג האבן געכאפט אויף דעם אלס ראיה אז די פארזאמלונג איז קעגן־רעוואלוציאנער און האבן זי פונאנדערגעלאזט מיט געוואלד.[13]

אינטערנאציאנאל האבן פיל סאציאליסטן פארמשפט׳עט לגנאי לענינ׳ס רעגירונג און האבן אפגעלייקנט אז ער האט געגגרינדעט סאציאליזם; בפרט האבן זיי באמערקט אז עס פעלט פארשפרייטע פאליטישע מיטטיילונג און אינדוסטריעלע דעמאקראטיע.[14] אין סוף פון יאר 1918, האט דער טשעכיש־עסטרייכער מארקסיסט קארל קויטסקי ארויסגעגעבן אן אנטי־לעניניסטישע פראספעקט קעגן דער אנטי־דעמאקראטישער סאוועטישער־רעגירונג אין רוסלאנד.[15] די דייטשישע מארקסיסט ראזא לוקסעמבורג האט איבערגעקייט קויטסקי׳ס דעה׳ס,[16] און דער רוסישער אנארכיסט האט געשילדערט דער באלשעוויקער מאכט־כאפ ווי ״דאס באגראבן פון דער רוסישער רעוואלוציע.[17]

  1. לויטן נייעם־סטיל קאלענדאר (מאדערן גרעגאריאניש), איז לענין געבוירן געווארן דעם 22סטן אפריל 1870. לויטן אלטן־סטיל (אלט-יוליאנישן) קאלענדאר וואס מ׳האט געניצט אין דער רוסלענדישער אימפעריע דעמאלסט, איז עס געווען דער 10טער אפריל 1870. רוסלאנד האט געטוישט פונעם אלטן צום נייעם סטיל קאלענדאר אין יאר 1918, אונטער לענינ׳ס אדמיניסטראציע.
  2. Rice 1990, pp. 136–138; Service 2000, p. 253.
  3. Service 2000, pp. 254–255.
  4. Fischer 1964, pp. 109–110; Rice 1990, p. 139; Pipes 1990, pp. 386, 389–391; Service 2000, pp. 255–256; White 2001, pp. 127–128.
  5. Fischer 1964, p. 110–113; Rice 1990, pp. 140–144; Pipes 1990, pp. 391–392; Service 2000, pp. 257–260.
  6. Shub 1966, p. 314; Service 2000, p. 317.
  7. Shub 1966, p. 315; Pipes 1990, pp. 540–541; Rice 1990, p. 164; Volkogonov 1994, p. 173; Service 2000, p. 331.
  8. Shub 1966, p. 315.
  9. Pipes 1990, p. 543.
  10. Rice 1990, p. 164.
  11. Pipes 1990, pp. 546–547.
  12. Pipes 1990, pp. 551–552; Rice 1990, p. 164.
  13. Pipes 1990, pp. 552–553; Rice 1990, p. 165; Volkogonov 1994, pp. 176–177; Service 2000, pp. 332, 336–337.
  14. Service 2000, pp. 354–355.
  15. Fischer 1964, pp. 307–308; Volkogonov 1994, pp. 178–179; White 2001, p. 156; Read 2005, pp. 252–253; Ryan 2012, pp. 123–124.
  16. Shub 1966, pp. 329–330; Service 2000, p. 385; White 2001, p. 156; Read 2005, pp. 253–254; Ryan 2012, p. 125.
  17. Shub 1966, p. 383.