מנשה לוסטיג

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון לוסטיג)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מנשה לוסטיג

מנשה לוסטיג (Menashe Lustig) איז דער בינע נאמען פון משה מרדכי לאפֿפֿלער (געבוירן ז' אדר ב' ה'תשל"ח). ארטיסט, פַּאראָדיסט, פילם אַקטיאָר, דענקער, פּראָזאַיִקער, און סצענאר שרייבער. זיין סטיל איז אויף אַ הומאריסטישן שטייגער, ספעציעל דורך לאַכערייַקע ווידעא קליפס און בילדער.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

מנשה איז געבוירן ז' אדר ב' ה'תשל"ח, אין שיכון סקווירא, ניו יארק, וואו ער איז געווארן אויפגעצויגן.

ער האט חתונה געהאט ט"ז סיון ה'תשס"א אין סטעמפארד היל, לאנדאן, און עטליכע יאר שפעטער ו' אדר ראשון ה'תשס"ח איז זיין ווייב אוועק ל"ע, דאן האט ער זיך אלץ אלמן צוריקגעקערט מיט איין פאר'יתומ'ט פיר יעריג יונגל קיין אמעריקע זיין היימלאנד.

מנשה איז א געטרייער סקווערער חסיד, און איז נאנט געבינדן אינעם סקווערער הויף, מיט א שטארקן נאנטשאפט צום רבי'ן און דעם הויף.

קאריערע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז אַ פאָלקס פיגור צווישן דעם חסידישן ציבור וואס קוקט היימישע קליפס אויף דער אינטערנעט, ער איז א גאר געלונגענער אקטיאר און מען נוצט אים אויף רעקלאמעס פאר פירמעס און נאך. ער האט פארדינט פּאָפּולאַריטעט נאָך דער ערשטער לאַכערייַקע ווידעא 'באבי לייג אראפ דעם טרייבל', וואס איז פארשפרייט געווארן בליץ שנעל. זיינע לעצטע לאַכערייַקע קליפס, סובסעטוט אין חדר, און שלום עליכם, ווערן געקוקט דורך צענדליגע טויזענטע, מיט אומ'איינגעהאלטענע געלעכטער, וואס קוועלן פארגעניגן פון זיין נאטורליכן שטייגער פון אויסשפילן לאַכערייַקעס און סצענעס.

ער האט דאס אנגעהויבן אלץ א האבי, און דאס געלאזט פארשפרייטן פארן צוועק משמח צוזיין חולים ונצרכים, די קליפס האט ער אליין צוזאמגעשטעלט, פארגעשריבן און געצייגט וויאזוי צו פילמען, און ער איז טאקע געווען פון די ערשטע חרדישע הומאריסטישע קליפס אויף אינטערנעט.

דאס כח פון פאנטאזיע וואס ער ניצט ביים פארשפילן ווערט באוואונדערט ווי ער נעמט אריין די צושויער אינעם מצב ווי ער וויל זיי פירן, און מ'שפירט זיך דארט. מנשה ווערט היינט גערעכענט, פון די באנייער פון דער אמאליגער קאמעדיע, און באזונדער צייגט זיך ארויס זיין אויטענטישקייט, זייענדיג זייער נאטורליך געאייגענט, וואס באנעמט אלע מיט לאכעדיגע פארגעניגן.

אינעם היימישן זשורנאל דער בליץ אום אדר ב' תשע"א, איז מנשה ערשינען, מיט א פולער פיקטיווער ערציילונג, ווי כאילו ער האט אויסגעפירט עפעס א היסטאריש עסקנות, טרעפנדיג זיך מיט די וועלטס גרעסטע שושקעס. 'די וואך' אויף פורים טוט ניצן מנשה אלס פראנט דעקל אויפן הומאריסטישן שטייגער. ווידער האט ער פילפאכיג געשלאגן פובליסיטי ביים היימישן ציבור.

מנשה האט שוין אסאך געשפילט אויף דער טריבונע ביי היימישע פארשטעלונגען, און איז דער הויפט ראלע ביים פורים-שפיל אינעם סקווערן הויף.

זינט תש"ע, האט ער אנגעהויבן מיט אודיו און ווידעא הומאר, אויף סידי'ס, ווי צום ביישפיל, 'שמייכלסוויל', 'בונדאש', - וואו איז די קאווער פון די גרעיפדזשוס - אוידיא, און 'מיין קינד טרעף מיך' מיכאל שניצלער, ווידעא. אויף קול מבשר יודיש אינפארמאציע, אינעם פורים אפטיילונג, טוט ער ערשיינען מיט יואלי לעבאוויטש צוזאמען. מנשה ווערט גערעכנט צווישן דעם .ch.a.g גרופע, 'היימישע אקטיארן פארבאנד', וואס איז געווידמעט צו האלטן באחדות די בדחנים און קאמידיענס, אינעם היימישן יודנטום געמיינדע.

אום ווינטער תשע"ז איז אנגענומען געווארן אין די אינטערנאציאנאלע וועלטס פעסטיוואלן א פילם מיטן נאמען מנשה[1] וואס שילדערט א תקופה אין זיין לעבן, און צוליב דעם איז ער אפיציעל באקאנט געווארן אין די אלוועלטליכע קונסט דזשאנער.

שרייבער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

מנשה איז אויך פון שטענדיג אן א געפילישע שרייבער, אויפ'ן אמאליגער שטייגער, א שטייגער אזויווי 'שלום עליכם' און 'דוד זאריצקי'.

טייל פון זיינע ארטיקלען געפונען זיך אויף אידישע וועלט, אונטערן פעדער-נאמען "קאפ-שטיק" אדער "דאנציגער". און א טייל אין קאווע שטיבל אוואו ער שרייבט דארט מיט א פרייע פענע.

ער שרייבט שוין פאר צענדליגע יארן ארטיקלען וואס ערשיינען באשיידן פארן לאקאלן ציבור, אבער דאס שפילען אויף פילמען האט ער הערשט אנגעהויבן אום יאר תשס"ו אין לאנדאן און איז היינט ממשיך אין ניו יארק.

אויך פארמאגט ער א זעלטענע חוש וויאזוי צו איבערטייטשן צו אידיש פון עברית און ענגליש, ווי זיינע ארטיקלען ווערן וואונדערליך געליינט דורך אזעלכע וואס זענען נישט לייענער [מקור פארלאנגט], און האבן נישט דעם געווענלעכן רייץ צו ליינווארג, וויבאלד זיין שפראך ציעט און געבט שטארק אראפ מיט לעבעדיגע פארבן און קלארע שפראך.

מנשה לוסטיג, שרייבט זיך אונטער מיטן קאמפאניע נאמען 'Happy Chusid' - פרייליכער חסיד, פראקלאמירנדיג דערמיט זיין כח און הצלחה פון קאמעדיע און הומאר.

מענטשן קענען מנשה אלץ א 'גוט-ווארט' זאגער, וואס האט אייגענע סלאגאנען אויפן צונג. ווי צום ביישפיל: דאס לעבן איז נישט קיין ווערטל, אבער עס דארף א ווערטל. אדער, אז מ'האט געמאכט א טעות אז כ'בין פריילעך, ווארשיינלעך בין איך טאקע. דערמיט פרובירט ער צו צייגן זיין שיטה אז זייענדיג א חסידישער געווייקטער אמונה יוד קען מען פריילעך זיין און משמח זיין אנדערע, און אזוי ארום איז מען פארזיכערט איבערצולעבן אסאך פראבלעמען אין לעבן[מקור פארלאנגט].

פילמאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

זיינע פראדוקציעס[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

לאַכערייַקעס[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אוידיא סידי[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ליטעראטור[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • [2]