לוי יצחק היילפרין

פֿון װיקיפּעדיע
לוי יצחק היילפרין
קיין פריי בילד
געבורט 1933
ירושלים, בריטישער מאנדאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 25 אקטאבער 2018 (אלט 85 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר המנוחות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב לוי יצחק היילפרין (ה'תרצ"ד, 1933 - ט"ז חשוון ה'תשע"ט, 25סטן אקטאבער 2018) איז געווען א ירושאלמער רב, אן אויטאריטעט אין עניינים פון הלכה און טעכנאלאגיע. ער איז געווען איינער פון די גרינדער פון דעם "וויסנשאפט און טעכנאלאגיע אנשטאלט פאר הלכה" און זיין דירעקטאר.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געבוירן געווארן אין ירושלים צו רב חנניה יוסף היילפרין א ליובאוויטשער חסיד און א זיבעטער דור צום בעל התניא, און זיין ווייב בריינא. ער האט געלערנט אין דער  סלאבאדקער ישיבה אין בני ברק, און אין דער תורת אמת ישיבה אין ירושלים.

הרב היילפרין איז געווען אנגענומען ווי א מומחה אין דער טעכאנאלאגישער אנטוויקלונג פון הלכה, און האט מיטגעטיילט אין רעדאקטירן דעם ווערט "חשמל" (עלעקטריע) אין דער תלמודישע ענציקלאפעדיע.‏[1] זיינע פסקי ההלכה אין די דאזיקע עניינים זענען פארעפנטלעך געווארן אין זיין שו״ת ספר, מעשה חוש"ב.

אין יאר 1968 האט ער געהאלפן אויפשטעלן דעם וויסנשאפטלעכן טעכנאלאגישען אנשטאלט פון שאלות אין הלכה אונטער פראפ' זאב לב.

הרב היילפרין האט געוואוינט אין דעם מקור ברוך פערטל אין ירושלים, ביז זיין פטירה מרחשון תשע״ט. זיין זון הרב אברהם משה איז דער רב פון קהל חסידים אין רמות, ירושלים, און ראב״ד פון דעם אונגוואר בית דין.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. אור המזרח, שנה ל"ז גיליון א', תשרי תשמ"ט, עמ' 189.