לדלג לתוכן

לאַנאַ דעל ריי

פֿון װיקיפּעדיע
לאַנאַ דעל ריי

Lana Del Rey

[[טעקע:
Lana Del Rey @ Grammy Museum 10 13 2019 (49311023203)
|250px]]
געבורט נאמען עליזאַבעט וואָלדרידזש גראַנט
געבורט דאטע 21סטן יוני 1985

ב׳ בתמוז ה׳תשמ״ה

געבורט ארט ניו יאָרק, די פֿאַראיַיניקטע שטאַטן
טעטיקייט יארן זינט 2005
זשאנער פּאָפּ און ראָק
סארט קול קאָנטרע אַלט

עליזאַבעט וואָלרידזש גראַנט ( אויף ענגליש: Elizabeth Woolridge Grsnt) איז געבוירן געוואָרן דעם 21סטן יוני 1985 - ב׳ בתמוז ה׳תשמ״ה און איז באַקאַנט אונטערן נאָמען "לאַנאַ דעל ריי - Lana Del Tey" . עליזאַבעט איז אַן אַמעריקאַנישע זינגערין און מאָדעלקע.

איר מוזיק איז באַקאַנט פֿאַר איר קינאָ-זשאַנער, און דער ראָמאַנטישער סטיל מיט טראַגעדיע און מעלאַנכאָליע, וואָס סיבאָליזירט די ציַיטן פֿון די 50קע און 60קע יאָרן אין אַמעריקע.

דעל ריי איז געבוירן געוואָרן אין ניו יאָרק און איז אויסגעוואַקסן דאָרט. איר מוזיקאַלידע קאַריערע ז האָט אָנגעהויבן אין 2005. זי האָט באַקומט אַ גלאָבאַלישע באַקענטשאַפֿט אין 2011, ווען איר סינגעל "Video Games", האָט דערגרייכט דעם 9 אָרט אינעם בריטישן סינגעלס פּאַראַד, און אויכעט האָט געוואונען אַנדערע פּאַראַדן אַרום דער וועלט. דאָס ליד איז געווען אין דעם צווייטן אַלבאָם אירס "Born to Die" וואָס מע האָט אַרויסגעגעבן דעם 27 יאַנואַר 2012. דער אַלבאָם האָט געוואונען אַ גרויס הצלחה און איבער 7 מיליאָנען פֿון אים זענען פֿאַרקויפֿט אַרום דער וועלט. דער אַלבאָם איז געווען דער פֿערטער אויסגעקויפֿטער אַלבאָם אויף דער וועלט אין 2012.

אין איר אַלבאָם Born to Die, איז דאָ אויך דער שלאָגער "summertime sadness", וואָס האָט דערגרייכט צום 6סטן אָרט אינעם 100 האָט בילבאָרד פּאַראַד. בזכות דעם מיני אַלבאָם Paradise, דעל ריי איז געווען אַ קאַנדידאַנטקע צו די גרעמי פּריזן, אונטער דער קאַטעגאָריע - דער בעסטער וואָקאַלישער פּאָפּ אַלבאָם פֿונעם יאָר. אין 2014 דעל ריי האָט אַרויסגעגעבן דעם דריטן אַלבאָם איר'ס Ultraviolence, וואָס האָט באַקומען אויסגעצייכנטע קריטיקן, און איז אָפּגעשאַצט אַלס דער געלונגענער אַלבאָם פֿון די פֿאַראיַיניקטע שטאַטן.

אין 2015 זי האָט אַרויסגעגעבן דעם פֿערטן אַלבאָם Honeymoon, און די אויסקויפֿונגען פֿונעם דאָזיקן אַלבאָם זענען געווען פֿון די העכסטע אין אַמעריקע .

אין 2017 זי האָט אַרויסגעגעבן דעם פֿינפֿטן אַלבאָם Lust for Life, וויבאַלד נאָכן אַרויסגעבונג ער איז געווען אין די גרעמי פּריזן און בילבאָרד פּאַראַדן.

אין 2019 זי האָט אַרויסגעגעבן דעם זעקסטן אַלבאָם Norman Fucking Rockwell! און איר ערשטע לידערבוך, Violet Bent Backwards Over the Grass, איז אַרויסגעגעבן געוואָרן אין 2019, און איר זיבעטער אַלבאָם Chemetrails over the Country Club איז אַרויסגעגעבן געוואָרן אין 2021.

לאַנאַ רופֿט אָן איר סטיל פֿון מוזיק "נענסי סיטראַ אין גאַנגסטערישן אופֿן"