לאַטרון תפיסה לאַגער


דער לאַגער איז אויפֿגעבויט אין לאַטרון דורך דגם בריטישן רעזשים אינעם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט מלחמה און איז גענוצט געווען צו אָנריגלען דיַיטשע און איטאַליענישע געפֿאַנגענערס, און אויכעט תּושבֿים פֿון א"י, יידן און אַראַבערס.
צום סוף פֿונעם בריטישן הערשן איבער א"י, מע האָט פֿאַרלאָזט דעם לאַגער און איז חורבֿ געוואָרן במשך ישראל'ס אומאָפּהענגיקייט מלחמה.
היַינט בלויז איין געבוי איז געבליבן פֿון דעם לאַגער, וואָס איז אַמאָל געווען אַ וואַכונג געשטעל.
היסטאָריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאָך דעם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט מלחמה, דער לאַגער איז פֿאַרגרעסערט געוואָרן צו פֿיר אָפּטיילונגען:
1) פֿאַר די וואָס דינען די שונאים
2) פֿאַר פֿאַרדעכטיקע פֿאַרשוינען וואָס צווייפֿלהאַפֿטע פֿון האַלטן קשר מיטן פֿיַינט
3) מיטגלידער פֿון אַראַבישע באַנדעס פֿון כאַדזש אַמין אַל חוסעיני
4) מיטגלידער פֿון יידישע אונטערערדן
אין 1940 מע האָט אויפֿגעבויט דעם ערשטן לאַגער, לאַטרון א' און דער צווייטער לאַגער וואָס איז געווען דער הויפּט לאַגער איז צעטיילט געווען צו 4 קלענער לאַגערן:
- אַרעסטאַנטן פֿון יידישע אונטערערדן (הגנה, אצ"ל און לח"י)
- דיַיטשע און איטאַליענישע געפֿאַנגענערס פֿון דעם אַפֿריקאַנישן פֿראָנט.
- אויסלענדערס וואָס זענען פֿאַרדעכטיקט פֿון האַלטן אַ קשר מיט די נאַציס.
- אַראַבערס וואָס האָבן ווידערגעשטאַנען דעם בריטישן רעזשים במשך דעם אַראַבישן רעוואָלט צווישן די יאָרן 1936-1939 און אויכעט אַראַבערס וואָס האָבן קאָאָפּערירט מיט די נאַציס.
אינעם 31סטן אָקטאָבער 1943, 20 אַרעסטאַנטן פֿון לח״י זענען אַנטלויפֿן דורך אַ טונעל אין דער לענג פֿון 76 מעטערס וואָס מע האָט געגראָבן במשך 9 חדשים .
אינעם 20 אָקטאָבער 1944 251 אַרעסטאַנטן פֿון אצ"ל און לח"י זענען פֿאַרשיקט געוואָרן צו דער תּפֿיסה לאַגער אין אַריטרעאַ.
אינעם 29סטן יוני 1946, "דער טונקלער שבּת", 60 מיטגלידער פֿון דער יידישער סוכנות זענען אַרעסטירט געווען און איַינגעשפּאַרט אין לאַטרון. פֿון זיי: משה שרת, דוד הכּהן, דוד רעמעז, דבֿ יוסף, דאָקטער פֿאָן וויַיזל און רבּ מימון (דעמאָלט: פֿישמאַן).
זיי זענען פֿריַיגעלאָזט נאָך פֿיר חדשים, אין נאָוועמבער 1946.
אינעם 5טן אויגוסט 1947, נאָך דעם עקסאָדוס עקצידענט און דעם הענגן פֿון בריטישע סערזשאַנטן, די בריטן האָבן איַיגעשפּאַרט עטלעכע יידישע בירגערמיַיסטערס, אַזוי ווי: ישראל ראָקאַך (תּל אַבֿיבֿ), עובֿד בּן עמי (נתניה) און אבֿרהם קריניצי (רמת גן). מיט זיי אויכעט 36 מיטלידער פֿון דער רעזיוויאָניסטישער באַוועגונג זענעם אַרעסטירט געווען.
מע האָט זיי פֿריַיגעלאָזט נאָך עטלעכע וואָכן.
אין פֿעברואַר 1948 די יידישע אַרעסטאַנטן זענען עוואַקואירט צו דער תּפֿיסה לאַגער אין עתלית. צום סוף פֿון דעם בריטישן רעזשים, מע האָט פֿאַרלאָזט דעם לאַגער אין לאַטרון, און ער איז חורבֿ געוואָרן.