ישראל שלום יוסף פרידמאן (בן שלום)

פֿון װיקיפּעדיע
ישראל שלום יוסף פרידמאן
געבורט 8 נאוועמבער 1923
באהוש, קעניגרייך פון רומעניע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1 מאי 2017 (אלט 93) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רומעניע, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט נחלת יצחק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
וואוינארט גילה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט תל אביבער אוניווערסיטעט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב, היסטאריקער, מחנך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי ישראל שלום יוסף פרידמאן בן שלום (געב' כ"ט חשוון ה'תרפ"ד, נפ' ה' אייר ה'תשע"ז), איז געווען דער פאשקאנער רבי, א דאקטאר פון היסטארישער וויסנשאפט און א דאצענט אין דעם תל אביבער אוניווערסיטעט און אויך אין דעם בן גוריון אוניווערסיטעט אין באר שבע. צוזעצליך ער האט געדינט אלס ראש ישיבה פון דער מזרחי-הסדר ישיבה "אהבת ישראל" אין דעם שטעטל נתיבות.

דער פאשקנער רבי, רבי ישראל שלום יוסף פרידמאן

אורשפרינגליכע געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי ישראל איז געבוירן געווארן אין דעם שטעטל באהוש אין רומעניע צו זיין פאטער רבי יצחק, זון פון רבי משה יהודה לייב פרידמאן פון פאשקאן, און צו זיין מוטער מרת שרה דבורה, טאכטער פון רבי מנחם מענדל פרידמאן פון באהוש, וועלכער איז געווען אויך זיין פאטער'ס שוועסטער-קינד. ער איז געהייסן געווארן נאך זיין עלטער-זיידן (זיין מאמע'ס זיידע), דער רבי, רבי ישראל שלום יוסף פרידמאן פון באהוש, דער בעל מחבר ספר "פאר ישראל". ווען איז ער געווען 9 יאר אלט איז זיין מאמע נפטר געווארן. רבי ישראל האט געצויגן מיט זיך א רייכן יחוס און איז געווען אן אפשטאמלינג פון די פאלגנדע הויפן: רוזשין, קאסאוו-וויזשניץ, טשערנאביל, אפטא, סאסאוו, ראשקאוו און זלאטשאוו. זיינע עלטערן זענען געווען אייניקלעך פון רבי יצחק פרידמאן, וועלכער איז געווען באקאנט אלס דער "אדמו"ר הזקן" פון באהוש, דער עלטסטער אייניקל פון רבי ישראל פרידמאן, וועלכער איז באקאנט אלס דער הייליגער רוזשינער.

רבי ישראל פרידמאן

ווען איז ער געווען דריי יאר אלט האט ער אנגעהויבן צו לערנען תורה, און שפעטער האט ער אנגעפאנגען צו לערנען ש"ס און פוסקים צוזאמען מיט א פריוואטן זיבעציג יעריגן מלמד, וועמענס ערשטער תלמיד איז געווען רבי יעקב פרידמאן פון הוסיאטין. נאכהער האט באקומען אלגעמיינע וויסנשאפט, האט געלערנט פרעמדע שפראכן און פארהערט געווארן אין דער ארטיגער שולע.

ווען איז ער געווען 16, האט ער אנגעהויבן צו לערנען דויערהאפטיג מיט זיין זיידן רבי מנחם מענדל פון באהוש, וועלכן האט ער זייער שטארק באווונדערט, און וועלכער האט געהאט א שטארקע אויסווירקונג אויף זיין ערציאונג און אויף דער פארמירונג פון זיין פערזענליכקייט.

ציונות און עליה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין עלטער פון 18 יאר איז ער געווען טעטיג אלס א לייטער אין דעם נעסט פון דער ציוניסטישער באוועגונג "השומר הצעיר" וואס פלעגט ווירקן צווישן די אנדערע אויך אין דעם שטעטל באהוש, זיין וואוינארט. ער האט באיינפלוסט אויף פילצאליגע יוגנדליכע, קינדער פון זיין זיידנ'ס חסידים וועלכע האבן זיך דערווייטערט פון תורה און מצוות, און ער האט זיי מקרב געווען. זיינע זיידעס וואס האבן געוואוסט איבער דער דאזיגער טעטיגקייט, האבן נישט אנטקעגענגעשטעלט דערצו.

ווערענד דער צווייטער וועלט קריג האט ער זיך צוזאמען אינאיינעם מיט זיין זיידנ'ס (פון באהוש) משפחה, אריבערגעצויגן אין דער הויפטשטאט בוקארעסט, דארט וואו האט פארוויילט זיין פעטער, רבי יצחק פרידמאן, וועלכער איז שפעטער געווארן דער פערטער באהושער רבי, נאך זיין זיידנ'ס פטירה. דארט האט ער אויך אנטייל גענומען אין אונטערערדישער ציוניסטישער אקטיוויטעט אונטער דער פירערשאפט פון הרב ישראל לבנון וועלכער האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד.

אין לויף פון זיין וויילונג אין בוקארעסט איז אהינגעקומען די משפחה פונעם וויזשניצער רבי, חיים מאיר האגער, דער "אמרי חיים", וועלכע איז ארויסגעשמוגלט פון אונגארן אין יאר ה'תש"ד. דארט האט ער אויך קענענגעלערנט זיין צוקונפטיגע ווייב, מרת ציפורה, די יונגסטע טאכטער פונעם אמרי חיים. זי האט באשלאסן בייצוטרעטן זיין פלאן, זיך באזעצן אין ארץ ישראל, און ממשיך זיין צו באיינפלוסן און מקרב זיין די יוגנד וועלכע פלעגט ער מקרב זיין אין באהוש.

רבי ישראל פרידמאן אין זיינע לעצטע יארן

אין יאר 1946 זענען ביידע ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און חתונה געהאט. זיי זענען געווען פון די גרינדערס פונעם "רשפים" קיבוץ, וועלכער געפינט זיך אין דעם בית שאן טאל. זיי האבן דארט געוואוינט 18 יאר. אין לויף פון דער אומאפהענגיקייט קריג האט ער זיך אקטיווליך באטייליגט אין דער שלאכט וואס האט געקעמפט קעגן די איראקישע מאכטן וועלכע זענען אנגעקומען פון יארדאניע . ער האט געארבעט אין א קו-שטאל און שפעטער אלס א פאסטוך אין דעם "עין חרוד" קיבוץ. שפעטער איז ער געווען א וועגווייזער פון די "עלית הנוער" באוועגונג גרופן, און זיין הויפטזעכליכע באשעפטיגונג איז געווען אין דעם ערציאונג'ס געביט.

רבי ישראל און זיין ווייב מרת ציפורה האבן געלעגענטליך געדינט אלס סעקרעטארן פונעם קיבוץ. אין דער זעלבער צייט האבן זיי "באהאלענערהייט" געטון מצוות און רבי ישראל האט ווייטער געדאוונט און געלערנט תורה אין זיין שטוב. גלייכצייטיג האט ער געהאלטן פארהעלטניש מיט זיין פאטער און פעטער וועלכע האבן געוואוינט דעמאלטס אין תל אביב. די בר מצווה פון זיין עלטסטן זון הרב מנחם מענדל משה לייב איז אפגעהאלטן געווארן אין תל אביב ביים פעטער.

ווען זיין שווער דער וויזשניצער רבי איז קראנק געווארן, איז זיין ווייב מרת ציפורה אריבערגעצויגן צו וואוינען אין בני ברק, אום צו קומערן אויף איר פאטער דער רבי, און האט מיטגענומען מיט זיך אירע צוויי קליינע קינדער הושע און שמואל. נאך וואוינענדיג א האלב יאר אין בני ברק, האט זי נישט געוואלט צוריקצוקערן צום פרייען קיבוץ, און האט ענטשיידעט בייצוטרעטן דעם רעליגיעזן קיבוץ "סעד". רבי ישראל שלום יוסף איז געבליבן אין זיין פעדאגאגישן בארוף פאר דעם קומענדיגן אנדערהאלב יאר צוזאמען אינאיינעם מיט די צוויי עלטערן זון מנחם מענדל משה לייב און ירמיהו. די משפחה האט זיך געווענליך פאראייניגט אויף שבתים אין דעם "סעד" קיבוץ.

אין יאר 1964 האט זיך די משפחה אריבערגעצויגן אין מארסיי, פראנקרייך צוליב א שליחות אויפגאבע אין אויפטראג פון דער ציוניסטישער אגענטור. רבי ישראל שלום יוסף האט דעמאלטס געטוישט זיין נאכנאמען פון פרידמאן צו "בן שלום". אין מארסיי האט ער אונטערגעריכטעט אידישקייט, און האט ערלעדיגט א אונטערשטיצנדיגע דעמאנסטראציע אין מדינת ישראל איידער די זעקסטאגיגע קריג האט אויסגעברויכן. נאך דער מלחמה האט די פרידמאן-בן שלום משפחה זיך ווידער צוריקגעקערט אין ארץ ישראל, און האט זיך ווידער באזעצט אין דעם "סעד" קיבוץ.

רבי ישראל האט אנגעפאנגען צו לערנען אקאדעמישע שטודיען אין זיינע פערציגערס. אין יאר ה'תשמ"א האט ער ערהאלטן א דאקטאראט וועלכער האט ער אדורכגעפירט אין דער שולע פאר וויסנשאפט פון אידישקייט, אן אפטיילונג פונעם תל אביבער אוניווערסיטעט. די טעמע פונעם דאקטאראט איז געווען: "בית שמאי און זיין פלאץ אין דער פאליטישער און געזעלשאפטליכער פון ארץ ישראל אין דעם ערשטן יאהונדערט צו דער ציילונג". נאכהער פלעגט ער אונטעריכטן עטליכע יארן אין דעם תל אביבער אוניווערסיטעט, און שפעטער איז אריבער צום בן גוריון אוניווערסיטעט אין דעם נגב, דארט וואו האט ער אונטערגעריכטעט איבער די געשיכטע פונעם אידישן פאלק, נעמליך, איבער דער עפאכע פון בית שני, משנה און תלמוד. ער האט פארגעצעזט אונטעריכטן אפילו נאכדעם וואס איז ער שוין ארויס צו פענסיע. גלייכצייטיג פלעגט ער אויכעט פארלערנען אין דעם פיליאל פון דער "ספיר" אקאדעמיע וועלכע געפינט זיך נעבן שדרות.

זיינע לעצטע יארן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אנפאנג פון די 2000ער, האט ער פארלאזט די אקאדעמיע און אריבערגעגאנגען וואוינען אין דער "בית ישראל" געמיינדע (די געמיינדע באשטייט בעיקר פון מזרוחניקעס) וועלכע הויפטקווארטירט אין דער "גילה" געגנט אין ירושלים, וואו האט ער אנגעהויבן אויפטרעטן און פארלערנען שיעורי תורה אינעם בית מדרש וועלכן זיינע קינדער רבי הושע, דער היינטיגער פאשקאנער רבי, און זיין טאכטער מרת שרה אפלבוים האבן אויפגעשטעלט. צוזעצליך, פלעגט ער אויך פארלערנען שיעורים אין דער "הסדר" ישיבה בנתיבות וועלכע געהערט צו דער מזרחי באוועגונג, און וועלכע איז געגרינדעט געווארן דורך זיין זון הרב שמוליק. ער האט דארט אויסגעלערנט פאר זיינע תלמידים חסידות און גמרא, אויף דער חסידישער באגייסטערונג, איינפלעכטנדיג דערמיט געזעלשאפטליכן און היסטארישן הינטערגרונד.

אין זיינע לעצטע יארן האט ער באנייט דעם וועג פון זיינע אבות די רבי'ס און אנגעפאנגען צו פירן טישן אין די יארצייטן פון זיינע זיידעס, און אויך אין פארשידענע אנדערע געלעגנהייטן. טראצדעם וואס ער פלעגט גיין מיט א געשטריקטער קאפל, אויף שבתים און ימים טובים פלעגט ער אנטוהן א בעקיטשע, און טראגן א שטריימל מיט א הויכער קאפל ווי דער מנהג ביי רבי'ס וועלכע שטאמען אפ אורשפרינגליך פונעם רוזשינער גזע. ווען די טישן זענען געפראוועט געווארן אינמיטן דער וואך פלעגט ער טראגן א קאלפיק.

אור לה' אייר ה'תשע"ז איז ער נפטר געווארן און באערדיגט געווארן אין דעם "נחלת יצחק" בית החיים אין גבעתיים.

קינדער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • ד"ר מנחם מענדל משה לייב - א דאצענט אין דער "ספיר" אקאדעמיע און אויך אין דעם אקאדעמישן קאמפוס "אחווה". דער פֿאַרפֿאַסער פונעם בוך "חסידים וחסידות בתקופת בית שני ובתקופת המשנה" (חסידים און חסידות אין דער בית שני עפאכע, און אין דער עפאכע פון דער משנה).
  • הרב ירמיהו - פון די גרינדערס פונעם שטאטישן קיבוץ "ראשית".
  • הרב שמוליק - דער גרינדער פון די "הסדר" ישיבות און "מדרשיות" פאר מיידלעך אין ירוחם און אין נתיבות, און א געזעלשאפטליכער אקטיוויסט.
  • בריגאדן-גענעראל הרב הושע - דער עמטליכער ממשיך פון זיין פאטער אלס פאשקאנער רבי.
  • מרת שרה אפלבוים - א געזעלשאפטליכע אקטיוויסט, און פון די גרינדערס פונעם שטאטישן קיבוץ און בית מדרש "בית ישראל" אין דער גילה געגנט אין ירושלים.