ישיבת פורת יוסף
ישיבת פורת יוסף איז אַ ספרדישע ישיבה אין ירושלים, מיט לאָקאַציעס אין סיי דער אַלטשטאָט און סיי דעם גאולה קוואַרטאַל. דער נאמען פורת יוסף מיינט "יוסף איז א פרוכטבארער בוים" נאך דעם פסוק בראשית מ"ט:כ"ב.
געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ישיבת אוהל מועד, מיטגעגרינדעט דורך רבנים עזרא הררי-רפול און רפאל שלמה לאַניאַדאָ אין ירושלים אין 1904, איז געווען דער פארגייער צו דער ישיבה פורת יוסף. הררי-רפול האט אויך געעפנט נאך א ישיבה אין 1918 וואס האט זיך פאראייניגט מיט פורת יוסף אין 1923. די גרונטשטיין פאר דער ישיבה "פורת יוסף" איז געלייגט געווארן אין ירושלים'ס אלטשטאט אין 1914. יוסף שלום, אַ באַגדאַדישער פילאַנטראָפּ פֿון קאלקאטאַ, אינדיע, האט ארגינעל געקויפט דעם פלאץ מיט א קוק אויפן הר הבית מיט דער כוונה צו בויען א שפיטאל. ווען ער האט געשריבן צום בן איש חי פון באגדאד פאר זיין מיינונג, האט דער חכם אים איבערצייגט צו גרינדן א ישיבה אנשטאט. קאנסטרוקציע איז פארשפעטיקט געווארן, אָבער, צוליב דער ערשטער וועלט מלחמה; די ישיבה איז ענדלעך איינגעעפנט געווארן אין 1923. דער ברייטער קאַמפּוס איז באַשטאַנען פון אַ גרויסן בית מדרש;