לדלג לתוכן

ישיבה קטנה

פֿון װיקיפּעדיע

ישיבה קטנה איז דער מסגרת הלימוד נאך חדר/תלמוד תורה ביז מען קומט אן צו ישיבה גדולה.

דאס איז געווענליך די ערשטע צוויי ביז פיר יאר נאך די בר מצוה, וואס דאן ענדיגט זיך דער חדר און מען גייט אריבער צום ישיבה סיסטעם.

אין דער פארגאנגענהייט פלעגט מען גיין אין ישיבה פון פאר דער מצוה ביז צו דער חתונה אין איין פלאץ אלע יארגענג צוזאמען, ווען די עלטערע בחורים פלעגן דינען אלס חזר בחורים צו די אינגערע.

נאכן צווייטן וועלט מלחמה אין אמעריקע און אין ארץ ישראל האט זיך איינגעפירט אן אנדער סיסטעם אז די אינגערע בחורים לערנען באזונדער און די עלטערע באזונדער. דערפאר די אינגערע געווענליך צוויי ביז פיר יאר נאך די בר מצוה רופט זיך ישיבה קטנה און דערנאך פון בערך 15-16 אין עלטער לערנט מען באזונדער אונטער אן אנדערן מהלך און דאס ווערט אנגערופן ישיבה גדולה ווארשיינליך צוליב דעם וואס מען איז שוין דאן עלטער און מער ערוואקסן רופט מען דאס גדולה.

דורכאויס די צייט איז עס אין מערסטנס פעלער נאך מער צוטיילט אז אפילו אין ישיבה קטנה איז יעדער יארגאנג באזונדער צומאל אפילו אין עקסטערע בנינים אדער אפילו אין עקסטערע שטעט.