יצחק רובין (צפת)
רבי יצחק רובין זצ"ל (ה'תר"ם - כ"ט תשרי ה'תרע"ו), דיין אין צפת.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי איציקל איז געבוירן אין יאר ה'תר"ם, צו זיין פאטער הרב אברהם יהושע העשיל רובין רב אין יאסלא, א זון פון הרב אלימלך רובין, רב אין סאקאלאוו, א זון פון הרב אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ, באקאנט אלס דער רבי ר' אשר'ל. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב שמואל זיינוויל בינדיגער
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זיין עלטער-שווער דער שינאווער רב האט אים שטארק ליב געהאט, ער האט געלערנט מיט אים יעדע נאכט ספרי קבלה, נאך דעם שינאווער רב'ס פטירה האט רבי איציקל געזאגט, ער האט שוין מער נישט קיין רבי, און ער איז אין יאר ה'תרס"ד ארויף געפארן קיין ארץ ישראל. דער רידב"ז האט אים אויפגענומן אין בית דין פון צפת נאך ביים פאטער'ס לעבן, ווען דער פאטער איז געווען ראש בית דין.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי איציקל איז נפטר זייער יונג אין עלטער פון זעקס און דרייסיג יאר כ"ט תשרי ה'תרע"ו אין ליגט נעבן פאטער אויף דעם בית החיים אין צפת.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי איציקל האט געהייראט מרת מינדל א טאכטער פון הרב נפתלי רובין, רב אין ווישניצא. זי איז נפטר געווארן אין וויען, י"ז טבת ה'תרע"ח. זייערע קינדער:
- מרת דינה הי"ד, די ווייב פון הרב אלטער יעקב יצחק וואגשאהל לאנצהוטער רבי אין ניו יארק.
- מרת רחל מרים, די ווייב פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, רב אין דוקלא.
- מרת רויזא די ווייב פון הרב נחמן שטיינמעץ.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר