יצחק מאנדל
אויסזען
רבי יצחק הלוי מאנדל איז א דיין אין קרית יואל.
ער איז פון די ערשטע תושבים אין שטעטל, און האט זיך אהינגעצויגן באלד ביים גרינדן דאס שטעטל, אויף דער בקשה פון זיין רבי׳ן רבי יואל טייטלבוים בעל ויואל משה, גרינדער פון קרית יואל
ער איז דער דריטער זון ביי זיין פאטער יהושע הלוי מאנדל און זיין מוטער רחל.
דער דיין איז שטארק באקאנט מיט זיין כח הוראה אין חושן משפט, אזוי אויך אין הלכות ריבית, ווי ער האט אין די אינגע יארן פֿארפֿאסט דאס גאר לומדישע ספר חקר הלכה אויף הלכות ריבית
ער איז א תלמיד מובהק פונעם סאטמארער רבי ר' יואל, און איז עד היום שטארק דבוק אין אים.