יצחק לוי
אויסזען
| געבורט |
6 יוני 1947 (אלט 78) קאסאבלאנקא |
|---|---|
| מדינה |
ישראל |
| באשעפטיגונג |
פאליטיקער, רב |
| פארטיי |
נאציאנאל-רעליגיעזע פארטיי |
הרב יצחק לוי (געבוירן 6טן יוני 1947) איז א ישראלישער פאליטיקער. ער איז געווען דער פארזיצער פון דער מפד״ל פארטיי, וועמען ער האט רעפרעזענטירט ווי א כנסת דעפוטאט און א מיניסטער, דערנאך איז ער געווען א כנסת דעפוטאט פאר דער איחוד לאומי.
ביאגארפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לוי איז געבוירן אין קאַסאַבלאַנקאַ מאראקא צו ליאורה און דניאל יצחק לוי. יצחק לוי איז א איינוואוינער פון כפר מימון אין דער נגב, חתונה געהאט און דער פאטער פון פינף קינדער. דעם 2טן נאוועמבער 2000 האט ער פארלוירן זיין טאכטער איילת השחר, וועלכע איז אומגעקומען אין א טעראר אטאקע מאַשין-באמבע נעבן מחנה יהודה מארקעט אין ירושלים.